ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 01, 2014, issue of July 18, 2014.

ישׂראל־אַמבאַסאַדע האָט נישט קיין סטראַטעגיע פֿאַרן קולטור־קאַמף

דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר, צבֿי רב-נר, ענדיקט זײַן קאַדענציע אין וואַרשע. רב-נר איז אַ העפֿלעכער, סימפּאַטישער מאַן. די אַמבאַסאַדאָרן בײַטן זיך, אָבער איין טרויעריקער פֿאַקט בלײַבט — דער ישׂראלדיקער אויסערן-מיניסטעריום כאַפּט זיך נישט, אַז ישׂראל געפֿינט זיך אין אַ מלחמה נישט בלויז אויפֿן מיליטערישן פֿראָנט, נאָר אויפֿן קולטורעלן פֿראָנט אויך.

גרויסע, שטאַרקע מדינות, ווי רוסלאַנד, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד אַרבעטן אויפֿן געביט פֿון קולטור אין פּוילן, ווי אַ טייל פֿון זייערע דיפּלאָמאַטישע טעטיקײטן. די רוסן שטיצן דאָ אַפֿילו אַ רוסיש-שפּראַכיקע שול. די פֿראַנצויזן האָבן דאָ דער אַזוי־גערופֿענער „סאַנטר קולטורעל‟. די דײַטשן האַלטן אויס דאָס „געטע הויז‟, און אַזוי ווײַטער.

פֿאַרשטייט זיך, אַז ישׂראל קען זיך נישט פֿאַרגלײַכן מיט אַזעלכע גרויסע מדינות. זי טוט אָבער אַפֿילו נישט דאָס, וואָס זי קאָן יאָ טאָן. פּוילן איז איינע פֿון די לעצטע מדינות אין אייראָפּע, וווּ אַפֿילו צווישן די יונגע קען מען נאָך געפֿינען פּראָ-ישׂראלדיקע סענטימענטן.

מיט עטלעכע חדשים צוריק האָט אַזאַ גרופּע פֿון יונגע ישׂראל-פֿרײַנד זיך געוואָנדן צו דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע, זי זאָל זיי העלפֿן מיט אַ קליינינקער שטיצע — צוויי, דרײַ הונדערט דאָלאַר, כּדי צו שאַפֿן אַ העברעיִשן לייען־קרײַז אין וואַרשע. דער העברעיִש־פּראָפֿעסאָר איז געווען גרייט צו אַרבעטן אַ גאַנץ יאָר בחצי חינם. געענטפֿערט האָט מען זיי, אַז ישׂראל האָט נישט קיין בודזשעט פֿאַר אַזעלכע איניציאַטיוון.

לעצטנס, האָט די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע געשטיצט דעם ערשטן ייִדישן אַנימאַציע־פֿילם, וואָס איז געמאַכט געוואָרן אין פּוילן. פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע, האָט מיר די פּראָדוצענטין געזאָגט מיט א שמייכל, קען מען נישט דערוואַרטן אַפֿילו אַ סימבאָלישע פֿינאַנציעלע הילף. ישׂראל האָט מסתּמא פֿאַרגעסן, אַז די יונגע לײַט, וואָס לערנען זיך הײַנט עבֿרית, וועלן אפֿשר זײַן מאָרגן חשובֿע זשורנאַליסטן, דעפּוטאַטן אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, אָדער פֿאַרנעמען וויכטיקע פּאָסטן אין די אָרגאַניזאַציעס, ווי „אונעסקאָ‟ אָדער אַנדערע אָרגאַנען פֿון די „פֿאַראייניקטע פֿעלקער‟, וווּ ישׂראל האַלט הײַנט זייער שמאָל.

היסטאָריקער זאָגן, אַז דער פֿילאָסעמיטישער ראָמאַן „דניאל דעראָנדאַ‟ האָט משפּיע געווען אויף דער ענגלישער עפֿנטלעכקײט בכלל, און אויף לאָרד באַלפֿור בפֿרט. די קולטורעלע סימפּאַטיע פֿאַר די ייִדן האָט געהאָלפֿן צו גרינדן די ייִדישע מדינה.

אפֿשר פֿאַרמאָגט נישט ישׂראל גענוג מיטלען צו בויען אַ מין ייִדישן „בריטיש קאָונסל‟, וואָס פֿאַרשפּרייט די ענגלישע קולטור איבער דער גאַנצער וועלט; אָבער ווי קומט עס, אַז די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין וואַרשע, אַזוי ווי אַלע אַנדערע ישׂראל־אַמבאַסאַדעס אין אַנדערע לענדער, האָט נישט קיין שום סטראַטעגיע פֿאַרן קולטור־קאַמף, וואָס ווערט געפֿירט קעגן דער ייִדישער מדינה טאָג־אײַן, טאָג־אויס?

די אַמבאַסאַדע פֿון דער איסלאַמישער רעפּובליק פֿון איראַן, למשל, אָרגאַניזירט כּסדר קאָנפֿערענצן און לעקציעס, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די טענה, אַז אין פּוילן איז נישט געווען קיין שום חורבן; און אַז במילא, דאַרפֿן די ייִדן נישט האָבן קיין אייגענע מדינה, און אַנדערע ענלעכע טענות. יעדער פּראָפֿעסאָר אָדער לעקטאָר אינעם וואַרשעווער אוניוורעסיטעט האָט באַקומען כאָטש איין מאָל אַן אײַנלאַדונג אויף אַזאַ מין קאָנפֿערענץ.

צום באַדויערן, האָב איך אַ ספֿק, צי דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטעריום האָט אַן ענטפֿער אויף דער דאָזיקער וועלט-קאַמפּאַניע, וואָס קומט פֿאָר אין די קאַמפּוסן און שולן, מעדיאַ און קולטור־אונטערנעמונגען. אַלע האָבן זיי איין ציל: דעלעגעטימיזירן די עקזיסטענץ גופֿא פֿון דער ייִדישער מדינה.

די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין וואַרשע מאַכט זיך דערווײַל כּלא־ידע.

אַן אָוונט, געווידמעט דער ישׂראלדיקער שרײַבערין מרים רום

מרים רום
מרים רום

פֿרײַטיק דעם 27סטן יוני האָט דער „אומאָפּהענגיקייט־מוזיי‟ אין וואַרשע געווידמעט אַן אָוונט דער ישׂראלדיקער שרײַבערין מרים רום (ראָם).

מרים רום איז געבוירן געוואָרן אין 1944. אירע טאַטע־מאַמע האָבן חתונה געהאַט אין דער באָכניאַ־געטאָ (מערבֿ־גאַליציע). דער מאַמען מיטן קינד איז געלונגען צו אַנטלויפֿן פֿאַר דער ליקווידאַציע פֿון דער געטאָ; דעם טאַטן האָט מען אָבער געכאַפּט. דאָס בוך איז אַ נאַראַטיוו פֿון זוכענישן. אַ טאָכטער, דאָס הייסט, מרים רום אַליין, וויל געפֿינען איר טאַטן, אָדער כאָטש דערוויסן זיך וועגן זײַן גורל.

דאָס בוך הייסט „נוצת יען‟ — „שטרויס־פֿעדער‟. די ענגלישע איבערזעצונג איז דווקא בלשון רבים OSTRICH FEATHERS.

דאָס בוך איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף פּויליש אויך.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.