קיִעוו איז פֿול מיט האָפֿענונג — אַפֿילו פֿאַר די ייִדן

Kiev is Full of Hope – Even for Jews

אַ פֿרוי שפּאַצירט איבערן מײַדאַן־פּלאַץ, דעם 22סטן מײַ, 2014, אין קיִעוו
אַ פֿרוי שפּאַצירט איבערן מײַדאַן־פּלאַץ, דעם 22סטן מײַ, 2014, אין קיִעוו

פֿון דוד א. פֿישמאַן (Forward)

Published July 02, 2014, issue of July 18, 2014.

פֿאָרנדיק מיט דער לופֿטליניע „אַעראָפֿלאָט‟ פֿון מאָסקווע קיין קיִעוו, האָב איך באַמערקט עטלעכע זאַכן, וואָס זענען זיכער אַ רעזולטאַט פֿון דער נישט־דערקלערטער מלחמה צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ חדשים.

ווען איך האָב אַרײַנגעגעבן מײַן געפּעק אינעם שערעמעטיעוו־פֿליפֿעלד אין מאָסקווע, האָט דער אַגענט גלײַך אָנגעקלונגען אין דעם זיכערהייט־אָפּטייל, כּדי צו מעלדן, אַז אַן אַמעריקאַנער מיטן נאָמען פֿישמאַן פֿליט קיין קיִעוו, און צי וויל מען אים אויספֿרעגן? (צום גליק, איז דער ענטפֿער געווען, ניין). בײַם פּאַספּאָרט־קאָנטראָל אין באָריספּאָל־פֿליפֿעלד אין קיִעוו, האָט מען מיך אָבער באַגעגנט מיט אַ ברייטן שמייכל און דערקלערט: „זײַט באַגריסט!‟ די מענער־פּאַסאַזשירן מיט רוסישע פּאַספּאָרטן האָבן אָבער באַקומען אַ גאָר אַנדערן ברוך־הבא. מע האָט זיי געפֿירט צו אַ גרופּע אוקראַיִנער סאָלדאַטן, וועלכע האָבן זיי אַרײַנגעפֿירט אין פֿאַרמאַכטע צימערן, כּדי זיי אויסצופֿרעגן — אַ דערמאָנונג, אַז עס הערשט דאָ טאַקע אַ מלחמה.

דאָס איז געווען מײַן ערשטע נסיעה קיין קיִעוו, זינט מע האָט באַזײַטיקט דעם אוקראַיִנער פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש אין פֿעברואַר, און זינט רוסלאַנד האָט אַנעקסירט קרים און אָנגעהויבן דעסטאַביליזירן מזרח־אוקראַיִנע.

כ׳האָב זיך נישט געריכט, אַז קיִעוו וועט זײַן אַזוי לעבעדיק — ממש ווי אַ באַנײַטע שטאָט: די קאַפֿעען זענען געווען פֿול, סטודענטן האָבן געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקן דעם שול־זמן. קיין סימן פֿון באַוואָפֿנטע מענער האָט מען נישט געזען. די קאַמפֿן אין דאָנעצק און לוהאַנסק האָבן זיך געדאַכט זייער ווײַט פֿון דאַנען. די קיִעווער מיט וועמען איך האָב גערעדט זענען געווען אָפּטימיסטיש, אַז די רעגירונג, עקאָנאָמיע און געזעלשאַפֿט וועט מיט דער צײַט רעפֿאָרמירט ווערן אויפֿן מערבֿדיקן שטייגער. זיי האָבן אָבער נאָך אַלץ מורא, אַז זייער לאַנד ליגט אין די הענט פֿון פּוטינען.

כ׳בין געקומען קיין קיִעוו, כּדי זיך צו באַטייליקן אינעם פֿאָרום, „אוקראַיִנע: לאָמיר טראַכטן בציבור‟, אָרגאַניזירט דורך לעאָן וויזלטיער פֿונעם זשורנאַל The New Republic בשותּפֿות מיטן היסטאָריקער טימאָטי סנײַדער פֿון יעל־אוניווערסיטעט. עס האָבן זיך דאָרט פֿאַרזאַמלט אַמעריקאַנער, אייראָפּעיִשע און אוקראַיִנער אינטעלעקטואַלן — צום טייל, כּדי צו אַנאַליזירן דעם אָרטיקן מצבֿ, און צום טייל — סתּם אַרויסצוּווײַזן אַחדות מיט דער ראַנגלענדיקער מדינה.

אַ גרויסער פּראָצענט פֿון די באַטייליקטע זענען געווען ייִדן: דער פֿראַנצייזישער פֿילאָסאָף בערנאַרד־אַנרי לוי און דער געוועזענער פֿראַנצייזישער אויסערן־מיניסטער — בערנאַרד קושנער; די אַמעריקאַנער פּאָליטישע עקספּערטן — פּאָל בערמאַן און קאַרל גערשמאַן; דער רוסישער דיסידענט־זשורנאַליסט אַלכּסנדר פּאָדראַבינעק; דער אוקראַיִנער קינסטלער אַלכּסנדר רויטבאָרד, און אַנדערע.

אָבער אינעם עולם פֿון בערך 400 מענטשן, האָבן בלויז צוויי מענטשן געטראָגן אַ יאַרמלקע: איך און דער זשורנאַליסט קאָנסטאַנטי געבערט, פֿון וואַרשע. די רעאַקציע צו דעם איז געווען אינטערעסאַנט: גאָר פֿרעמדע האָבן געשמייכלט צו מיר, און עטלעכע האָבן מיר אַפֿילו געזאָגט: „כ׳בין אַזוי צופֿרידן וואָס איר זענט געקומען.‟ זיי זענען, אַ פּנים, געווען דאַנקבאַר, אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק — רעפּרעזענטירט דורך אַני הקטן — ווײַזט אַרויס סאָלידאַריטעט מיט אוקראַיִנע.

כ׳האָב זיי באַדאַנקט אָבער נישט געהאַט דאָס האַרץ זיי צו זאָגן, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן וואָס טראָגן יאַרמלקעס (און אַ סך וואָס טראָגן עס נישט), פֿילן דווקא נישט קיין סימפּאַטיע צו אוקראַיִנע אָדער צו רוסלאַנד, און זענען צופֿרידן, וואָס ס׳רובֿ פֿון די אוקראַיִנער ייִדן האָבן עולה געווען אין די 1990ער יאָרן און וווינען איצט ווײַט פֿון דעם קאָנפֿליקט.

נישט־וועלנדיק, האָט פּוטין געטאָן אוקראַיִנע אַ גרויסע טובֿה: ער האָט פֿאַראייניקט די געזעלשאַפֿט. מענטשן וועלכע זענען געווען סקעפּטיש אָדער נעגאַטיוו־געשטימט צו דער מײַדאַן־באַוועגונג און צום באַזײַטיקן יאַנוקאָוויטש, זענען געוואָרן אַזוי אויפֿגעבראַכט פֿון פּוטינס אַגרעסיע קעגן קרים, אַז זיי זענען במילא געוואָרן שטיצער פֿון דער רעוואָלוציע. די געוועזענע קעגנער נעמען אַרײַן אַ סך ייִדן.

די אוקראַיִנער באַמיִען זיך דערווײַל צו ווײַזן פּוטינען — און דער וועלט בכלל, אַז די רעוואָלוציע איז נישט געווען דורכגעפֿירט דורך די פֿאַשיסטן און אַנטיסעמיטן. אין דער מעדיאַ פּריידיקן באַקאַנטע פֿיגורן טאָלעראַנץ, פּלוראַליזם, אַ פֿיל־עטנישע געזעלשאַפֿט און פֿיל־שפּראַכיקייט. אויפֿן גרעסטן פּלאַקאַט אויפֿן מײַדאַן־פּלאַץ שטייט געשריבן: „מיר האָבן ליב די רוסן, אָבער האָבן פֿײַנט פּוטין‟.

האַרט פֿאַר די פּרעזידענטישע וואַלן האָט דער דעמאָלטדיקער קאַנדידאַט פּעטראָ פּאָראָשענקאָ באַזוכט ישׂראל, וווּ ער האָט זיך געטראָפֿן מיטן פּרעמיער בנימין נתניהו — נישט כּדי צו געווינען די ייִדישע שטימע אין אוקראַיִנע (די ייִדישע וויילערשאַפֿט איז אַ גאָר קליינע) אָדער צו זוכן אַ בײַשטײַער פֿון ייִדן (ער איז אַליין אַ ביליאָנער), נאָר סתּם אויסצודריקן סאָלידאַריטעט מיט די ייִדן און דער ייִדישער מדינה, און במילא צו ווײַזן, אַז די באַשולדיקונג פֿון פֿאַשיזם און אַנטיסעמיטיזם איז אַ ליגן.

פּסח־צײַט האָט דער ביסקופּ סימעאָן פֿון דער אוקראַיִנער פּראָוועסלאַוונער קירך אין דנעפּראָפּעטראָווסק באַזוכט דעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער, כּדי צו ווינטשן די ייִדן אַ פֿריילעכן פּסח. פֿאַר דער רעוואָלוציע וואָלט אַזאַ עפֿנטלעכער באַווײַז פֿון פֿרײַנדשאַפֿט צו די ייִדן זיכער נישט פֿאָרגעקומען.

פֿון דעסטוועגן, טאָר מען נישט פֿאַרגעסן די בלוטיקע געשיכטע פֿון די ייִדן דאָ. די אוקראַיִנער האָבן זיך קיין מאָל נישט אָפּגעגעבן אַ דין־וחשבון, וואָס שייך זייער אַנטיסעמיטישער פֿאַרגאַנגענהייט. אין דער זעלבער צײַט, דאַרפֿן די ייִדן איבער דער וועלט אָנערקענען, אַז כאָטש עס זענען געווען פֿינצטערע קאַפּיטלען אין דער געשיכטע פֿון אוקראַיִנע, האָבן צען מאָל אַזוי פֿיל אוקראַיִנער געקעמפֿט אין דער רויטער אַרמיי קעגן היטלער ווי קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס. ווער ווייסט דאָס הײַנט?

די ייִדן וואָלטן אויך געמעגט באַמערקן די פּאָזיטיווע ענדערונגען במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר און בפֿרט אין די לעצטע זעקס חדשים. דער קאַטוילישער אוניווערסיטעט אין לוויוו, למשל, איז איינער פֿון די צענטערס פֿון ייִדישע שטודיעס, און איז לעצטנס געווען אַ מיט־שטיצער פֿונעם ערשטן לוויווער פֿעסטיוואַל פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, וווּ יונגע אוקראַיִנער און ייִדן האָבן געטאַנצט אונטער קלעזמער־מוזיק און זיך צוגעהערט צו ייִדישער פּאָעזיע אינעם אָריגינאַל, און איבערגעזעצט אויף אוקראַיִניש.

אויב אַן אוקראַיִנישער קאַטוילישער אוניווערסיטעט קאָן שטיצט אַ ייִדיש־פֿעסטיוואַל, קאָן מען זײַן מער אָפּטימיסטיש וועגן דער צוקונפֿט פֿון די באַציִונגען צווישן די אוקראַיִנער און ייִדן.