דערמאָרדעטע בחורים באַערדיקט איינער לעבן דעם צווייטן

Murdered Teens Buried Side by Side

צענדליקער טויזנט מענטשן אויף דער לוויה פֿון די אומגעקומענע דרײַ בחורים אין מודיעין
JACK GUEZ/AFP/Getty Images
צענדליקער טויזנט מענטשן אויף דער לוויה פֿון די אומגעקומענע דרײַ בחורים אין מודיעין

פֿון ייִט״אַ

Published July 02, 2014, issue of July 18, 2014.

די דרײַ יונגע ישיבֿה־בחורים, וואָס זענען דערמאָרדעט געוואָרן נישט ווײַט פֿון חבֿרון — גלעד שאַער, נפֿתּלי פֿרענקעל און אייל יפֿרח — זענען דינסטיק, דעם ערשטן יולי, באַערדיקט געוואָרן איינער לעבן דעם צווייטן אין מודיעין, אינעם צענטראַלן טייל פֿון ישׂראל. פֿאַר דער קבֿורה, האָבן די אָרטיקע קהילות דורכגעפֿירט באַזונדערע לוויות אין די ערטער, וווּ די אומגעקומענע האָבן געוווינט. אויפֿן בית־עולם איז אויפֿגעטראָטן דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו.

דעם זעלבן טאָג, האָט דער שוץ־מיניסטער, משה יעלון, צוגעזאָגט צו געפֿינען די פֿאַרכאַפּער און דערקלערט, אַז זײַן רעגירונג באַשולדיקט „כאַמאַס‟ אין זייער מאָרד. דער מיניסטער האָט צוגעגעבן, אַז במשך פֿון די 19־טאָגיקע זוכענישן האָבן די משפּחות פֿון די אומגעקומענע אַרויסגעוויזן אַ שטאַרקן מוט, האָפֿנדיק ביזן ביטערן סוף, אַז די בחורים וועלן זיך אומקערן אַהיים לעבעדיקערהייט.

פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, האָבן צה״ל און „שין־בית‟ איבערגעגעבן, אַז צוויי פּאַלעסטינער מענער פֿון חבֿרון, אַמער אַבו אײַשאַ און מאַרוואַן קאַוואַסמע, זענען פֿאַרדעכטיקט אינעם פֿאַרכאַפּן און דערהרגענען די בחורים. די פֿאַרדעכטיקטע, פֿאַרבונדן מיט „כאַמאַס‟, זענען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן נאָכן פֿאַרברעכן.

מאָנטיק בײַנאַכט, דעם 30סטן יוני, האָט די ישׂראלדיקע פּאָליציי דורכגעפֿירט אַן אָבלאַווע אין די היימען פֿון די פֿאַרשוווּנדענע פֿאַרדעכטיקטע און צעשטערט אַ טייל פֿון אַבו אײַשאַס הויז. בעת דער אָבלאַווע זענען אַרעסטירט געוואָרן דרײַ פּאַלעסטינער. ס׳זעט אויס, אַז די דערמאָנטע צוויי מענער זענען אַנטלאָפֿן פֿון דער חבֿרון־געגנט און זיך אויסבאַהאַלטן ערגעץ אַנדערש.

די אַרמיי האָט אויך איבערגעגעבן, אַז אַ פּאַלעסטינער מאַן איז דערשאָסן געוואָרן אין דזשענין, בעת אַן אָבלאַווע אין אַ פּליטים־לאַגער, ווײַל ער האָט געפּרוּווט צו אַטאַקירן די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן מיט אַ גראַנאַט. נאָך דער לוויה פֿון די אומגעקומענע, פּלאַנירט דער ישׂראלדיקער מיניסטאָרן־קאַבינעט דורכצופֿירן אַ ספּעציעלע זיצונג, כּדי צו באַשליסן, ווי אַזוי די רעגירונג זאָל רעאַגירן אויפֿן מאָרד. דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, האָט געזאָגט, אַז די אַנטדעקונג פֿון די דערמאָרדעטע בחורים איז אַ גרויסע טראַגעדיע, באַמערקט, אַז נפֿתּלי פֿרענקעל איז אויך געווען אַן אַמעריקאַנער בירגער. קערי האָט אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז די שולדיקע אינעם מאָרד וועלן באַשטראָפֿט ווערן.