הײַנטיקע קאַליפֿאַטן

Caliphates of today

מיליטאַנטן פֿון „איסלאַמישן קאַליפֿאַט פֿון איראַק און דעם לעוואַנט‟
מיליטאַנטן פֿון „איסלאַמישן קאַליפֿאַט פֿון איראַק און דעם לעוואַנט‟

Published July 06, 2014, issue of August 01, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַן אַנדער מין „קאַליפֿאַט‟ פֿירט איצט אַ בלוטיקע מלחמה אין מיזרח-אוקראַיִנע. ווי די איראַקער קאַליפֿאַטיסטן, וועלכע קריגן שטיצע מצד אייניקע מוסולמענישע מלוכות, וואָלטן אויך די מיזרח-אוקראַיִנישע מורדים ניט געקענט זיך האַלטן אַזוי פֿעסט קעגן די אוקראַיִנישע מלוכישע כּוחות אָן אַ שטיצע מצד אַן אויסלענדישער מלוכה. אין דעם פֿאַל איז עס, פֿאַרשטייט זיך, פּוטינס רוסלאַנד, וווּ דאָס פֿאָלק איז אין גאַנצן פֿאַרטשאַדעט געוואָרן דורך די נאַציאָנאַליסטישע אידעען.

איך שרײַב די דאָזיקע שורות, ווען אין די געגנטן פֿון אוקראַיִנע ווערן געפֿירט שווערע שלאַכטן, מיט טאַנקען און אַנדערע מינים געווער פֿון ביידע צדדים. די רוסישע מעדיאַ גיסט אַרויס אויף דעם המון ממש היסטערישע, איינזײַטיקע נײַעס וועגן די געשעענישן. אין דער אינטערפּרעטאַציע פֿונעם רוסישן אַגיטפּראָפּ, גייט אין אוקראַיִנע אָן אַ קאַמף מיט „פֿאַשיסטן‟, וועלכע האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט אין קיִעוו. בעת פּוטין און זײַן רעגירונג זאָגן צו מאָל, בפֿרט אין די לעצטע טעג, ווערטער, וואָס קלינגען כּמעט נאָרמאַל, הערט ניט אויף די פּראָפּאַגאַנדע גיסן בלאָטע אויף אוקראַיִנע. בכלל, ווען מע שליסט אײַן די רוסישע טעלעוויזיע, פֿילט מען גלײַך, אַז רוסלאַנד פֿירט די מלחמה קעגן דעם שכן.

פּראָ־רוסלענדישע מיליטאַנטן אין אוקראַיִנע
Getty Images
פּראָ־רוסלענדישע מיליטאַנטן אין אוקראַיִנע

בינו-לבינו, ווערט אַלץ ברייטער און טיפֿער דער אָפּגרונט, וואָס טיילט אָפּ רוסלאַנד פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. דער דאָזיקער פֿאַקט ווערט אָפּגעשפּילט אויך אין דעם אויסקלײַב פֿון דעם נײַעם אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין מאָסקווע. דזשאָן טעפֿט איז אַ דורכגעטריבענער דיפּלאָמאַט, וואָס דינט זינט 1972 און האָט אַ דערפֿאַרונג אין אוקראַיִנע און אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע לענדער. אין רוסלאַנד האָט ער אויך געאַרבעט. אַזאַ דערפֿאַרענער מענטש איז באַזונדערס נייטיק, ווען די באַציִונגען זײַנען אַזוי אָנגעשטרענגט ווי איצט. ס׳איז קלאָר, אַז זײַן שליחות איז אײַנצוהאַלטן זיי אין אַ מער אָדער ווייניקער נאָרמאַלן מצבֿ, ווײַל קיין דערנענטערונג צווישן ביידע לענדער דערוואַרט מען ניט, לכל-הפּחות, ביזן סוף פֿון דעם פּרעזידענט אָבאַמאַס טערמין.

רוסלאַנד אַליין ווערט אַלץ מער פֿאַרוואַנדלט אין אַ מין קאַליפֿאַט, מיט אַ סטראַטעגישער פּראָגראַם פֿון פֿאַראייניקן אונטער איין דאַך אַלע רוסישע טעריטאָריעס. פֿון איין זײַט, איז עס ניט אין גאַנצן אַן אימפּערישע פּראָגראַם, ווײַל אימפּעריעס ווערן דאָך געשאַפֿן פֿון פֿאַרשיידענע פֿעלקער. די דאָקטרין פֿון פּוטיניזם איז געצילט, דער עיקר, אויפֿן רוסישן „לעבנסרוים‟; אָבער דאָס מאַכט זי, ווי מיר זעען אין אוקראַיִנע, ניט ווייניקער געפֿערלעך.