יוגנט אין בודאַפּעשט וויל האָבן אַ קול אין דער קהילה

Young Jews in Budapest Seek Voice in Communal Affairs

אָדם שענבערגער אין דער נײַער הויפּט־קוואַרטיר פֿון „מרום‟ — די קולטור־אָרגאַניזאַציע, וואָס ער האָט געהאָלפֿן גרינדן
Cnaan Liphshiz/JTA
אָדם שענבערגער אין דער נײַער הויפּט־קוואַרטיר פֿון „מרום‟ — די קולטור־אָרגאַניזאַציע, וואָס ער האָט געהאָלפֿן גרינדן

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published July 06, 2014, issue of August 01, 2014.

אָדם שענבערגער האָט דורך אַ שטויביקן פֿענצטער אַרײַנגעקוקט אין אַ דירה אויף דער נאַגעפֿוּוואַראָס־גאַס, אינעם פֿאַראָרעמטן „אַכטן ראַיאָן‟ פֿון בודאַפּעשט, און דערזען ווי עס הענגט דאָרט אַ מגן־דוד — אַ פּנים, איינס פֿון אַ צאָל אַלטע שטיבלעך, וואָס האָבן מער נישט קיין מנין, ווײַל עס וווינען אין דער געגנט צו ווייניק ייִדן.

נישט ווײַט האָט ער געפֿונען אַ צווייט שילעכל, פֿאַרשפּאַרט הינטער אַ שווערן מעטאַלענעם טויער.

די שטיבלעך ווערן אויפֿגעהאַלטן פֿון „מאַזשיהיס‟, די דאַך־אָרגאַניזאַציע פֿון די אונגערישע ייִדישע קהילות, וואָס קאָנטראָלירט אַ צאָל ווייניק־באַניצטע גרונטאייגנס איבערן לאַנד. דאָס שטיבל אויף דער נאַגיפֿוּוואַראָס־גאַס דינט פֿאַר אַן עדה פֿון ווייניקער ווי 20 מענטשן, און אַ צווייט שטיבל אויף טעלעקי־טער איז, געוויינטלעך, אָפֿן נאָר שבת, אָבער קריגט זעלטן אַ מנין.

„אַ טייל פֿונעם געלט, וואָס ׳מעזשיהיס׳ גיט אויס אויפֿצוהאַלטן די שטיבלעך און אַנדערע גרונטאייגנס, וואָלט געהאַט אַ סך מער ווירקונג, ווען מע וואָלט עס אויסגעגעבן אויף דער וואַקסנדיקער צאָל אַקטיוויטעטן דורכגעפֿירט פֿון דער יוגנט,‟ האָט שענבערגער געזאָגט.

דער 33־יאָריקער שענבערגער איז אַ גרינדער פֿון „מרום‟, אַן אָרגאַניזאַציע פֿון 13 אָנגעשטעלטע און 100 פֿרײַוויליקע אַרבעטער, וועלכע פֿירן אָן מיטן באַר און קולטור־צענטער „שיראַלי‟; אָרגאַניזירן אַ יערלעכן ייִדישן פֿעסטיוואַל, און העלפֿן אַרויס דער ראָמאַ (ציגײַנער)־באַפֿעלקערונג אין אונגערן, וואָס איז אויף גרויסע צרות. פֿון דעסטוועגן, קריגן זיי נישט קיין שום פֿאָנדן פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. „מרום‟ און אַנדערע ענלעכע אָרגאַניזאַציעס פֿאַרלאָזן זיך אויף נדבֿות פֿון אויסלאַנד.

שענבערגער האַלט, אַז די פֿינאַנציעלע שטיצע, וואָס „מאַזשיהיס‟ גיט פֿאַר די שטיבלעך, ווי אויך די בערך 1,300 בית־עולמס איבערן לאַנד, שפּיגלען אָפּ אַ נישט־געראָטענע פּריאָריטעט פֿון דער אונגערישער ייִדישער פֿירערשאַפֿט.

דער פּרעזידענט פֿון „מאַזשיהיס‟, אַנדראַש הײַזלער, האָט נישט געוואָלט רעדן מיט דער ייִט״אַ, אָבער הרבֿ זאָלטאַן ראַדנאָטי פֿון דער שיל „בית־שלום‟, און אַליין אַן אָנגעשטעלטער בײַ „מאַזשיהיס‟, האָט געזאָגט, אַז די דאַך־אָרגאַניזאַציע שטיצט נישט „מרום‟, ווײַל זי שליסט נישט אויס די ניט־ייִדן פֿון אירע פּראָגראַמען.

„׳מאַזשיהיס׳ קאָן נישט וויסן, צי אַ מענטש וואָס קומט אין ׳בני־ברית׳ אָדער ׳סיראַלי׳ איז אַ ייִד,‟ האָט הײַזלער באַמערקט. „אַ טייל נישט־ייִדן קומען צו די אַקטיוויטעטן, כּדי צו פֿאַרברענגען, און דאָס איז גוט. אָבער ׳מאַזשיהיס׳ וויל נישט גיבן געלט פֿאַר אַזוינע אַקטיוויטעטן.‟

לויט אַ באַריכט פֿון יאָר 2010 מצד דעם פֿאָרש־אָפּטייל פֿון דער ישׂראלדיקער כּנסת, האָט די אונגערישע רעגירונג געשאָנקען „מאַזשיהיס‟, צום ווייניקסטן, 100 גרונטאייגנס, נאָך דעם ווי דאָס לאַנד האָט אָנגענומען אַ פֿאַרגיטיקונג־געזעץ אין 1991. אַ רשימה פֿון „מאַזשיהיס‟ ווײַזט אָן, אַז עס געפֿינען זיך מחוץ די גרויסע שטעט 1,305 בית־עולמס.