דאָס „פּערפֿעקטע אַרישע‟ מיידעלע איז געווען אַ ייִדישע

"Perfect Aryan" Poster Child was Jewish

פּראָפֿ׳ העסי טאַפֿט און די הילע מיט איר בילד אין אַ נאַצישן זשורנאַל אין 1935
פּראָפֿ׳ העסי טאַפֿט און די הילע מיט איר בילד אין אַ נאַצישן זשורנאַל אין 1935

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published July 06, 2014, issue of August 01, 2014.

אַן אַרטיקל די וואָך אין דער בריטישער טאָג־צײַטונג „טעלעגראַף‟ האָט איבערגעגעבן די פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע פֿון אַ מיידעלע, וואָס די נאַציס האָבן געשילדערט ווי דאָס אידעאַלע אַרישע עופֿעלע, און אַפֿילו צעשיקט איר בילד, ווי אַ פּראָפּאָגאַנדע פֿון דער פּאַרטיי. אין דער אמתן איז עס געווען אַ ייִדיש קינד.

די 80־יאָריקע פּראָפֿעסאָרין העסי טאַפֿט האָט לעצטנס געוויזן אין „יד־ושם‟ אַ נאַצי־זשורנאַל מיט איר בילד אויף דער הילע, און דערציילט, ווי אַזוי זי איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מוסטער־קינד פֿונעם „דריטן רײַך‟.

אירע טאַטע־מאַמע, יעקבֿ און פּאָלין לעווינסאָן, זענען ביידע געווען אָנגעזעענע זינגער אין לעטלאַנד, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעצויגן קיין בערלין אין 1928, כּדי צו מאַכן קאַיערעס אין קלאַסישער מוזיק. אָבער ווען די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט, האָט מען יעקבֿן אָפּגעזאָגט פֿון זײַן שטעלע אין אַן אָפּערע־טרופּע, ווײַל ער איז געווען אַ ייִד, און ער האָט געמוזט זוכן אַרבעט ווי אַ פּעדלער.

אין 1935, האָט פּאָלין געבראַכט איר 6־חדשימדיק טעכטערל, העסי, צו אַ באַרימטן בערלינער פֿאָטאָגראַף, כּדי צו מאַכן בילדער פֿון איר. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער איז פּאָלין שאָקירט געוואָרן, דערזעענדיק איר טאָכטערס פּנים אויף דער הילע פֿון Sonne ins Hause, אַ פֿאַרשפּרייטער נאַציסטישער משפּחה־זשורנאַל.

אַן איבערגעשראָקענע, אַז מע וועט אויסגעפֿינען, אַז זיי זענען ייִדן, איז פּאָלין געלאָפֿן צום פֿאָטאָגראַף, האַנס באַלין. ער האָט איר געזאָגט, אַז ער האָט געוווּסט, אַז זיי זענען ייִדן, און ווען ער האָט געהערט וועגן אַ קאָנקורס צו געפֿינען דאָס שענסטע אַרישע עופֿעלע, האָט ער בכּיוון אַרײַנגעשיקט די פֿאָטאָגראַפֿיע. „כ׳האָב געוואָלט מאַכן די נאַציס צו שאַנד און צו שפּאָט,‟ האָט דער פֿאָטאָגראַף איר דערקלערט. דאָס בילד האָט טאַקע געוווּנען דעם קאָנקורס, און מע זאָגט, אַז דער פּראָפּאָגאַנדע־מיניסטער זשאָזעף געבעלס אַליין האָט עס אויסגעקליבן.

די לעווינסאָנס האָבן אַזוי מורא געהאַט, אַז מע וועט זייער קינד דערקענען אויף דער גאַס און זיך נאָכפֿרעגן וועגן איר אידענטיטעט, אַז זיי האָבן געהאַלטן דאָס קינד אין דער היים טאָג און נאַכט. איר פֿאָטאָגראַפֿיע איז אויך קאָפּירט געוואָרן אויף נאַצי־פּאָסטקאַרטלעך. אַ מומע אין מעמל, וואָס איז הײַנט אַ טייל פֿון ליטע, האָט דערקענט דאָס מיידעלע, אָבער די נאַציס האָבן קיין מאָל נישט אויסגעפֿונען וואָס איז איר אמתע אידענטיטעט.

אין 1938 האָט דער „געשטאַפּאָ‟ אַרעסטירט יעקבֿן צוליב אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג אין נישט־באַצאָלן שטײַערן, אָבער זײַן חשבון־פֿירער, אַ מיטגליד פֿון דער נאַצי־פּאַרטיי, האָט אים פֿאַרטיידיקט, און מע האָט אים באַפֿרײַט. די משפּחה איז אַנטלאָפֿן — צו ערשט, צוריק קיין לעטלאַנד, און דערנאָך — אין פּאַריז. ווען די נאַציס זענען אַרײַן אין פּאַריז, זענען זיי אַנטלאָפֿן קיין קובאַ, מיט דער הילף פֿון דער פֿראַנצייזישער רעזיסטאַנס, און אין 1949 — געקומען קיין אַמעריקע.

הײַנט איז דאָס אַמאָליקע מוסטער־קינד פֿון די נאַציס אַ כעמיע־פּראָפֿעסאָרין אין ניו־יאָרק. איבערגיבנדיק די פֿאָטאָגראַפֿיע צום „יד־ושם‟, האָט פּראָפֿ׳ טאַפֿט דערקלערט: „דאָס איז מײַן נקמה.‟