צוויי געווינער פֿון יערלעכן בעסעראַביער פּרײַז אין ישׂראל

Two Winners of Annual Bessarabian Prize in Israel

פֿון רעכטס: מרים גאַמבורג און די מיטגלידער פֿון דער זשורי
פֿון רעכטס: מרים גאַמבורג און די מיטגלידער פֿון דער זשורי

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published July 08, 2014, issue of August 01, 2014.

אין „בית־בעסאַראַביע‟, דאָס הויז פֿון בעסאַראַבער ייִדן אין ישׂראל, האָט זיך נישט לאַנג צוריק צונויפֿגענומען אַן עולם פֿון בערך 100 מענטשן. אין דעם טאָג איז פֿאָרגעקומען די צערעמאָניע פֿון צוטיילן דעם בכּבֿודיקן פּרײַז פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום אויף יעקבֿ פֿיכמאַנס נאָמען. דער פּרעזידענט פֿון דער אַלוועלטלעכער אָרגאַניזאַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן, ד״ר דני קאָרן, האָט געעפֿנט די טרעפֿונג מיט אַ מינוט פֿון שטילשווײַגן, אין אָנדענק פֿון די לאַנדסלײַט, וואָס זײַנען אומגעקומען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער האָט אויך צוגעטיילט די פּרעמיע צו די צוויי לאַורעאַטן פֿון יאָר 2013.

דער באַשלוס צוצוטיילן אַ פּרעמיע אויף יעקבֿ פֿיכמאַנס נאָמען איז אָנגענומען געוואָרן אין יאָר 1963, פֿינף יאָר נאָכן טויט פֿונעם שרײַבער, אַן אָפּשטאַמיקער פֿון בעלץ, וואָס איז געווען צווישן די גרינדער פֿון דער „וועלט־פֿעדעראַציע פֿאַר בעסאַראַבער ייִדן‟. פֿיכמאַן האָט געשאַפֿן זײַנע פּאָעמעס, דערציילונגען און עסייען אויף צוויי שפּראַכן — ייִדיש און עבֿרית, דעריבער ווערט אויך דער פּרײַז צוגעטיילט די קולטור־טוער, וואָס שאַפֿן אויף איינער פֿון די צוויי נאַציאָנאַלע שפּראַכן: פּאָעטן, פּראָזאַיִקער, מוזיקער, אַקטיאָרן וכּדומה.

הײַיאָר איז דער פֿיכמאַן־פּרײַז צוגעטיילט געוואָרן צו צוויי קולטור־טוער, וואָס זייערע נעמען זײַנען באַקאַנט נישט בלויז אין ישׂראל, נאָר אויך איבער דער וועלט. דהײַנו: די מאָלערין און שרײַבערין מרים גאַמבורג און דעם קאָמפּאָזיטאָר, זינגער, גיטאַרע־שפּילער מיכאל מאַשקאַוצאַן.

מרים גאַמבורג איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו אין אַ משפּחה פֿון צוויי מאָלערס — דער טאַטע, משה גאַמבורג, אַן אָנערקענטער קונסט־קלאַסיקער אין מאָלדאַוויע, און די מאַמע, יעווגעניע — אַ לאַנדשאַפֿט־מאָלערין און קינסטלערין פֿון טעאַטער־קאָסטיומען.

נאָכן פֿריִיִקן טויט פֿון אירע עלטערן האָט מרים זיך דערצויגן בײַ איר באָבען. זי האָט פֿון קליינערהייט אָן געטרוימט צו ווערן אַ מאָלערין, ווי אירע עלטערן; און אין 1970 האָט זי פֿאַרענדיקט דעם פֿאַקולטעט פֿון מאָנומענטאַלער קונסט בײַם לענינגראַדער הויך־טעכניקום פֿון קונסט. אין אַ יאָר אַרום איז זי אָנגענומען געוואָרן אינעם מאָלער־פֿאַראיין, און אין 1977 — אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל.

דאָ, אין לאַנד, איז זי אָנערקענט געוואָרן ווי אַ מײַסטער פֿון מאָלערײַ און סקולפּטור, ווי אויך אַ פּעדאַגאָג און פֿאַרשפּרייטער פֿון ישׂראל־קונסט. זי האָט אָרגאַניזירט אויסשטעלונגען אין מאָסקווע, פּאַריז, און אירע פּערזענלעכע אַרבעטן האָבן זיך אַרויסגעשטעלט אין די מוזייען פֿון הרצליה, אין רמת־גן, און אין די גאַלעריעס פֿון באַרסעלאָנע, שפּאַניע. אירע סקולפּטורן קאָן מען זען אין דער גאַלעריע בײַ דער אַסאָציאַציע פֿון קינסטלער אין תּל־אָבֿיבֿ. נישט לאַנג צוריק האָט זיך אין תּל־אָבֿיבֿ געעפֿנט אַ נײַע עקספּאָזיציע פֿון אירע לײַוונטן, און זי גרייט איצט אַ בילדער־אויסשטעלונג פֿון אירע עלטערן.

פֿון רעכטס: מיכאל מאַשקאַוצאַן, ד״ר דני קאָרן און וואָלף בולבאַ
פֿון רעכטס: מיכאל מאַשקאַוצאַן, ד״ר דני קאָרן און וואָלף בולבאַ

דער צווייטער פּרײַז־געווינער, מיכאל מאַשקאַוצאַן, איז געבוירן געוואָרן אין 1962 אינעם שטעטל קאַלאַראַש, אין אַ משפּחה פֿון אַ שוסטער און אַ שנײַדערקע, צוויי טיפּישע ייִדישע פּרנסות, וואָס זײַנען פֿאַרשפּרייט געווען אין יעדן שטעטל. בײַם אָנהייב האָט דער קליינער מיכאל זיך אָפּגעגעבן מיט ספּאָרט, אָבער שפּעטער שוין בעתן דינען אין מיליטער, איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון מוזיק. אין 1989 הייבט ער זיך אָן צו לערנען אין דעם מאָלדאַווישן אינסטיטוט פֿון קונסט אויף דער אָפּטייל פֿון גיטאַרע. אין דער זעלבער צײַט קומט פֿאָר זײַן דעביוט ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר.

אין 1991 איז מאַשקאַוצאַן עולה געווען קיין ישׂראל, און געצויגן די חיונה פֿון שפּילן אין רעסטאָראַנען און פֿאַרשידענע אַנסאַמבלען. אין יאָר 1996 לאָזט ער אַרויס זײַן זאַמלונג „מוזיק פֿאַר צוויי‟ — דזשעז־אַראַנזשירונגען פֿאַר גיטאַר, באַלאַדעס, טענץ. ווי אַ גיטאַרע־שפּילער, באַטייליקט מיכאל זיך אין פֿאַרשידענע קאָנצערטן; נישט לאַנג צוריק, למשל, איז ער אויפֿגעטראָטן אויפֿן דזשעז־פֿעסטיוואַל אין אילת.

אויף דער צערעמאָניע פֿון צוטיילן דעם פֿיכמאַן־פּרײַז האָט מיכאל מאַשקאַוצאַן געזונגען עטלעכע פֿון זײַנע לידער. צום סוף, וואָלט איך געוואָלט אָנרופֿן די נעמען פֿון צוויי מיטאַרבעטער פֿון בית־בעסאַראַביע — דירעקטאָר לעוו ווײַנבוים און זײַן העלפֿערין טובֿה וואָלניאַנסקי. ביידע האָבן זיי צוגעגרייט די אונטערנעמונג און זי דורכגעפֿירט מיט דערפֿאָלג.