מײַנע יאָרן אין אַ סאַטמערער זומער־לאַגער

My Years at Satmar Summer Camp

פֿיר מיידלעך מעלדן דעם אָנהייב פֿון Color War, איינע פֿון אַ סך פֿאַרמעסט־שפּילן אינעם סאַטמערער לאַגער, „מחנה רבֿ טובֿ‟, אין קערהאָנקסען, ניו־יאָרק
פֿיר מיידלעך מעלדן דעם אָנהייב פֿון Color War, איינע פֿון אַ סך פֿאַרמעסט־שפּילן אינעם סאַטמערער לאַגער, „מחנה רבֿ טובֿ‟, אין קערהאָנקסען, ניו־יאָרק

פֿון פֿרימעט גאָלדבערגער (Forward)

Published July 08, 2014, issue of August 01, 2014.

ווען מײַן 9־יאָריקער זון האָט מיך לעצטנס געבעטן איך זאָל אים פֿאַרשרײַבן אין אַ זומער־לאַגער, האָט עס בײַ מיר אַרויסגערופֿן שיינע זכרונות פֿון די פֿיר זומערן, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אַ סאַטמערער זומער־לאַגער. „מחנה רבֿ טובֿ‟, וואָס מע האָט אויך גערופֿן דער „זופּניק־קעמפּ‟, איז געווען דער ערשטער סאַטמערער זומער־לאַגער פֿאַר מיידלעך. געפֿונען האָט זיך עס אין קערהאָנקסאָן, ניו־יאָרק: אַ גרויסע אײַנריכטונג אָנגעפּיקעוועט מיט גרינע, ווײַסע און געלע ציגלנע בײַדלעך צווישן נאַטור־סטעטשקעס, ברוקירטע וועגן און גרויסע גראָז־באַוואַקסענע פֿעלדער.

יעדן זומער זענען אַהין געקומען 1,000 סאַטמערער מיידלעך צווישן 10 און 18 יאָר. אין אַ טייל פֿון די בײַדלעך האָט געוווינט דער אַדמיניסטראַטיווער פּערסאָנאַל מיט זייערע גרויסע משפּחות, דערבײַ געגעבן דעם אָרט אַ היימיש געפֿיל.

איך בין געווען אין זיבעטן קלאַס, ווען כ׳בין צום ערשטן מאָל געפֿאָרן אַהין אויף פֿיר וואָכן. קיין סך געדענק איך נישט פֿון יענעם ערשטן זומער, נאָר איין זאַך — יאָ: כ׳האָב אַזוי ליב געקראָגן מײַנע אויפֿפּאַסער, אַז כ׳האָב זיך נישט געוואָלט געזעגענען מיט זיי בײַם סוף פֿונעם זומער. זיי זענען געווען פֿון וויליאַמסבורג, ברוקלין, און מיר — פֿון מאָנראָ אָדער קרית־יואל, אין צפֿון־ניו־יאָרק. אונדז, די מאָנראָ־מיידלעך, האָט מען באַצייכנט פֿאַר „יאַנטשי‟ — אַן אונגעריש־ייִדיש וואָרט פֿאַר „נישט־ראַפֿינירט‟, און במילא פֿון אַ נידעריקן שטאַפּל אַנטקעגן די קולטיווירטע שטאָטישע וויליאַמסבורגער מיידלעך.

דעם ערשטן טאָג פֿונעם זומער־לאַגער, האָט מען מיך אָפּגעלאָזט בײַם קרית־יואל אײַנקויף־צענטער, אין איינעם מיט דרײַ קאַרטאָנענע קעסטלעך קליידער און אַנדערע חפֿצים — צו אַלץ צוגעקלעפּט מײַן נאָמען, און פֿאַרקלעפּט דרײַ מאָל, כּדי די חפֿצים זאָלן נישט אַרויספֿאַלן בשעת דער אומרויִקער אויטאָבוס־נסיעה. דרײַ וואָכן לאַנג האָבן די מאַמע און איך אַלץ אײַנגעקויפֿט, און ווען איך בין, סוף־כּל־סוף, אָנגעקומען אין „מחנה רבֿ טובֿ‟, האָב איך פֿאַרשפּרייט מײַנע פּאָליצעס מיט פּאַפּיר פֿון דער זעלבער פֿאַרב ווי מײַנע קאָסמעטיק־פּעקלעך און פּודעלעך, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז מײַן ווינקל איז דער סאַמע שענסטער אין בײַדל. כ׳האָב אויך צוגעטשעפּעט אַ קליינעם ווענטילאַטאָר לעבן בעט, און אַוועקגעשטעלט אַ גרויסע שיסל און אַ קווערטל צום באַגיסן נעגל־וואַסער בײַם אויפֿשטיין אין דער פֿרי.

מע האָט מיך אײַנקוואַרטירט מיט מײַנע מיט־תּלמידות פֿון דער שול — בערך 30 מיידלעך אויף 15 אײַזערנע „באָנקבעטן‟, אָדער בעטן אויף צוויי ניוואָען. אין אַ טייל פֿון די בײַדלעך האָבן געוווינט די וויליאַמסבורגער מיידלעך, און אַ טייל — מאָנראָער, ווי אויך עטלעכע אויסלענדער פֿון מאָנטרעאָל, בעלגיע און אַנדערע סאַטמערער קהילות איבער דער וועלט. אַ גאַנצן טאָג האָבן מיר זיך באַטייליקט אין ספּאָרט־פֿאַרמעסטן און אַנדערע אַקטיוויטעטן, אונטערן אויפֿזיכט פֿון עטלעכע „לערערינס‟ — מיידלעך פֿונעם עלפֿטן קלאַס.

מיטן גאַנצן לאַגער האָט אָנגעפֿירט די אַדמיניסטראַציע. כ׳געדענק איינער פֿון די באַלעבאַטים, „וויגי‟ האָט ער געהייסן. ווען די מיידלעך האָבן דערהערט זײַן קול, איז מען גלײַך פֿאַרגליווערט געוואָרן פֿאַר שרעק. ער איז געווען זייער אַ שטרענגער: אויב אַ גרופּע קעמפּערס האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט בײַם צוגרייטן טעלער געפֿילטע פֿיש פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, האָט ער זיי געהייסן אים איבערגעבן זייערע טײַערסטע חפֿצים.