זלמן שעכטער־שלומיס ירושה

Schachter-Shalomi‘s Legacy

רבי זלמן שעכטער־שלומי
Daniel Sieradski
רבי זלמן שעכטער־שלומי

פֿון בען האַריס (ייִט״אַ)

Published July 08, 2014, issue of August 01, 2014.

רבי זלמן שעכטער־שלומי, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן בײַ 89 יאָר דעם 3טן יולי, איז געווען איינער פֿון די סאַמע חידושדיקע און אײַנפֿלוסרײַכע ייִדישע מנהיגים. אַ סך זײַנע נאָכפֿאָלגער האָבן אים באַטראַכט ווי אַ חסידישן צדיק; ס׳איז אָבער שווער צו געפֿינען אַן אַנדער רבין, וועלכע האָט פֿאַרזוכט דאָס „זויערס‟ — דעם האַלוצינאָגענישן שטאָף „על־עס־די‟ — צוזאַמען מיט טימאָטי לירי, און האָט געשמועסט וועגן קבלה און חסידות מיטן דאַלײַ לאַמאַ.

שעכטער־שלומי איז נישט געווען דער איינציקער מענטש, וועלכער האָט מחדש געווען די ייִדישע טראַדיציע אויף אַ ראַדיקאַלן אופֿן. ער איז אָבער געווען דער איינציקער מנהיג, וועלכן עס האָט זיך אײַנגעגעבן צו פֿאַרפֿלאַנצן דעם לעבעדיקן אויטענטישן זכּרון פֿון דער ייִדישער מיזרח־אייראָפּע אויפֿן באָדן פֿונעם אַמעריקאַנער „ניו־איידזש‟.

די באַוועגונג Jewish Renewal — „דאָס ייִדישע התחדשות‟ — איז אויף אַ גרויסער מאָס אויפֿגעקומען אַ דאַנק רב זלמנס טעטיקייט. הגם דער דאָזיקער נוסח פֿון ייִדישקייט בלײַבט נאָך אַלץ קליין און מאַרגינאַל, אין פֿאַרגלײַך מיט די הויפּט־שטראָמיקע דענאָמינאַציעס, האָט ער משפּיע געווען אויף אַנדערע גרויסע באַוועגונג. צוליב זײַן טעטיקייט האָט, למשל, זיך פֿאַרשפּרייט דער באַנוץ פֿון מוזיקאַלישע אינסטרומענטן בעתן דאַוונען אין אַ שיל, אָדער געוויסע עלעמענטן פֿון ווײַט־מיזרחדיקע מעדיטאַציעס.

ווייניק מענטשן אין דער וועלט האָבן קאָמביניריט אַזאַ ערודיציע, סײַ אין די טראַדיציאָנעלע ייִדישע טעקסטן און טיפֿע ידיעות פֿון חסידות און קבלה, סײַ אין דער מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע און מיזרחדיקע שיטות פֿון רוחניות. זײַענדיק אַ נאַטירלעכער ייִדיש־רעדער פֿונעם אַלטן דור, האָט ער געקאָנט שמועסן וועגן דער הײַנטצײַטיקער וויסנשאַפֿט און קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע.

שעכטער־שלומי איז געבוירן געוואָרן אינעם פּוילישן שטעטל זשאָלקווע, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן שטח פֿון אוקראַיִנע, אינעם יאָר 1924. זײַנע עלטערן זענען געווען בעלזער חסידים. שפּעטער האָט ער געוווינט אין ווין און אַנטלאָפֿן פֿון די נאַציס קיין ניו־יאָרק, אין 1941. אינעם יאָר 1947 האָט ער באַקומען סמיכה ווי אַן אָרטאָדאָקסישער ליובאַוויטשער רבֿ. שפּעטער, איז ער אָבער ווײַט אַוועקגעגאַנגען פֿונעם טיפּישן פֿרומען דרך, און געשאַפֿן אַ קהילה, וווּ מענער און פֿרויען זענען אינגאַנצן גלײַך, האָמאָסעקסואַלן זענען ברוכים־הבאָים, און אַזעלכע אַלגעמיינע ענינים, ווי עקאָלאָגיע, ווערן באַטראַכט ווי אַן אינטעגראַלער טייל פֿון ייִדישקייט. די תּפֿילות איז זײַן קהילה זענען באַגלייט געוואָרן מיט מעדיטאַציעס, עקסטאַטישע טענץ, פּויקן און אַנדערע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן.

הגם שעכטער־שלומי האָט געטרויערט וועגן דער פֿאַרטיליקטער אַלטער ייִדישער וועלט, אַרײַנגערעכנט אַ צאָל זײַנע קרובֿים, וואָס זענען אומגעבראַכט געוואָרן בעתן חורבן, האָט ער געגלייבט, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו פּרוּוון איבערצופֿלאַנצן די אַלטע חסידישע ייִדישקייט אין אַמעריקע. אַדרבה, ער האָט דערקלערט, אַז אין דער וועלט נאָך אויסשוויץ און היראָשימע, ווען די מענטשן האָבן זיך דערקליבן ביז דער לבֿנה, מוז מען זיך אַנדערש באַציִען צו דער ייִדישער טראַדיציע.

שעכטער־שלומי האָט געגלייבט, אַז די אַנדערע רוחניותדיקע וועגן, נישט בלויז ייִדישקייט, פֿירן די מענטשן צום רבונו־של־עולם אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. בעת דער היסטאָרישער באַגעגעניש מיטן דאַלײַ־לאַמאַ, אין 1990, האָט ער לאַנג געשמועסט מיט אים וועגן די רוחניותדיקע וועלטן על־פּי־קבלה.

אַזוי ווי דער לעגענדאַרער קאָמפּאָזיטאָר און זינגער שלמה קאַרלעבאַך, האָט שעכטער־שלומי געדינט, פֿון אָנהייב, ווי אַ שליח פֿונעם ליובאַוויטשער רבין. שפּעטער האָט ער זיך אָבער דערווײַטערט פֿון חב״ד און זיך טיף פֿאַרטאָן אין דער קאָנטער־קולטור פֿון די 1960ער יאָרן. ער האָט אויך געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אינעם שאַפֿן די „חבֿורה‟־באַוועגונג — קליינע תּפֿילה־גרופּעס, וואָס שטעלן דעם אַקצענט אויף דער פּערזענלעכער עבֿודת־השם, אַנשטאָט פֿאָרמעלע שילן.

במשך פֿון זײַן לעבן, האָט שעכטער־שלומי חתונה געהאַט פֿיר מאָל און איבערגעלאָזט 11 קינדער, אַרײַנגערעכנט איין קינד, וואָס אַ מאַמע־לעסביאַנקע האָט געבוירן — אַ דאַנק דעם, וואָס ער האָט איר מנדבֿ געווען זײַן זרע. דער לעגענדאַרער חידושדיקער מנהיג האָט ממשיך געווען זײַן טעטיקייט ביזן סאַמע סוף פֿון זײַן לעבן, נישט געקוקט אויף זײַן שווערן געזונט־מצבֿ. נאָך שבֿועות, איז ער פּלוצעם געוואָרן קראַנק מיט אַ שווערער לונגען־אָנצינדונג און דעם 3טן יולי ניפֿטר געוואָרן אין דער היים בעתן שלאָפֿן.