נתניהו און איראַק

Netanyahu and Iraq

בנימין נתניהו
Getty Images
בנימין נתניהו

פֿון ראָן קעמפּיס (ייִט״אַ)

Published July 08, 2014, issue of August 01, 2014.

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט קריטיקירט די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿאַרן צוריקציִען זיך צו פֿרי פֿון איראַק. דער פּרעמיער האָט באַמערקט, אַז דער צוריקצי האָט געעפֿנט די „טיר‟ פֿאַר די איסלאַמישע מיליטאַנטן, צוליב וועלכע דער מצבֿ אין איראַק איז ווידער געוואָרן מהומהדיק.

דעם 12סטן סעפּטעמבער, אינעם יאָר 2002, האָט נתניהו במשך פֿון צוויי שעה געשטיצט דעם פּלאַן צו אַטאַקירן איראַק, שמועסנדיק מיט די פֿאָרשטייער פֿונעם אַמעריקאַנער רעפּרעזענטאַנטן־הויז. אין זײַן רעדע, האָט ער דעמאָלט בפֿירוש גערופֿן „צו צעשטערן סאַדאַם כוסיינס רעזשים‟, כּדי ער זאָל נישט שטעלן די גאַנצע וועלט אין סכּנה מיטן נוקלעאַרן געווער.

אין יענער צײַט, האָט נתניהו רעפּרעזענטירט בלויז זיך אַליין. מיט צוויי חדשים שפּעטער איז ער אַרײַן אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג ווי דער אויסערן־מיניסטער. אַריאל שרון, דער דעמאָלטיקער פּרעמיער, האָט געעצהט דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, זיך צוריקצוציִען פֿון איראַק וואָס גיכער נאָך דער אינוואַזיע. להיפּוך, האָט נתניהו פֿון אָנהייב אָן געהאַלטן, אַז די אַמעריקאַנער אַרמיי זאָל בלײַבן אין איראַק במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט.

זונטיק, דעם 6סטן יולי, איז נתניהו ווידער אויפֿגעטראָטן מיט אַ קריטיק קעגן דעם צוריקצי פֿון איראַק, וואָס די אַדמיניסטראַציע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, האָט פֿאַרענדיקט אין דעצעמבער 2011. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער האָט באַמערקט, אַז בעת דעם „אַראַבישן פֿרילינג‟ האָט ער זיך באַצויגן זייער סקעפּטיש צו די רעוואָלוציאָנערע איבערקערענישן אין דער אַראַבישער וועלט, ווײַל ער האָט נישט געגלייבט, אַז זיי וועלן ברענגען צום נצחון צו ליבעראַלע כּוחות.

נתניהוס קריטיק האָט געהאַט צו טאָן מיט די איצטיקע פּלענער צוריקצוציִען די ישׂראלדיקע מיליטערישע כּוחות פֿונעם מערבֿ־ברעג. דער פּרעמיער האָט אויסגעדריקט אַ חשד, אַז דאָס קאָן ברענגען צו אַזאַ כאַאָס, ווי אין איראַק. נתניהו האָט צוגעגעבן, אַז ער איז נישט מסכּים מיט דער אויסערלעכער פּאָליטיק פֿון דער איצטיקער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע — סײַ וואָס שייך איראַק, סײַ וואָס שייך דעם מערבֿ־ברעג. דער פּרעזידענט אָבאַמאַ האַלט, אַז דער ישׂראלדיקער מיליטערישער קאָנטראָל שטעלט דעם ראַיאָן אין אַ סכּנה; להיפּוך, לויט נתניהו, קאָן דער צו פֿריִיִקער צוריקצי ברענגען צו אַ סכּנותדיקן הפֿקר אויפֿן מערבֿ־ברעג.