ייִדן און רעװאָלוציע אין װאַרשע

Jews and the Revolution in Warsaw

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 09, 2014, issue of August 01, 2014.

פֿאַרן חורבן איז װאַרשע געװען די גרעסטע ייִדישע שטאָט אין אײראָפּע. דערפֿאַר דינט זי פֿאַר ייִדישע היסטאָריקער װי אַ מאָדעל פֿונעם מאָדערנעם ייִדישן גלות־לעבן. אָפּהענגיק פֿונעם אידעאָלאָגישן שטאַנדפּונקט, טײַטשט מען די געשיכטע פֿון ייִדן אין װאַרשע װי אַ דערפֿאָלג אָדער װי אַ מפּלה. פֿון אײן זײַט, האָבן דאָ ייִדן באַװיזן צו שאַפֿן אַ לעבעדיקע געזעלשאַפֿט מיט כּלערלײ אָרגאַניזאַציעס, אינסטיטוציעס און פֿאַרבינדונגען. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט זיך די דאָזיקע געשיכטע פֿאַרענדיקט אינעם חורבן.

אײנער פֿון די װיכטיקסטע מאָמענטן אין דער געשיכטע פֿונעם װאַרשעװער ייִדישן ציבור איז געװען די רוסישע רעװאָלוציע אינעם יאָר 1905, װען די ייִדן האָבן זיך צום ערשטן מאָל אַקטיװ באַטײליקט אינעם פּאָליטישן קאַמף. ביז אַהער פֿלעגט מען שטודירן די דאָזיקע געשעענישן פֿונעם פּאָליטישן קוקװינקל אויף דער וועלט. אינעם יסוד פֿון אַזאַ צוגאַנג געפֿינען זיך פּאָליטישע טעאָריעס פֿון פֿאַרשידענע פּאַרטײען, אַזעלכע װי „בונד‟, סאָציאַל־דעמאָקראַטן, ציוניסטן, ליבעראַלן, פּױלישע נאַציאָנאַליסטן.

די נײַע פֿאָרשונג פֿונעם אַמעריקאַנער־ישׂראלדיקן היסטאָריקער סקאָט אורי, „באַריקאַדן און פֿאָנען: די רעװאָלוציע פֿון 1905 און די טראַנספֿאָרמאַציע פֿונעם װאַרשעװער ייִדנטום‟, באַהאַנדלט די אידעאָלאָגישע סיכסוכים זײער שפּאָרעוודיק. דאָס בוך דערצײלט די געשיכטע פֿון די רעװאָלוציאָנערע געשעענישן פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿונעם װאַרשעװער ייִדישן עמך.

לױט אוריס קאָנצעפּציע איז די רעװאָלוציע געװען אַ מין נײַער אויסדרוק פֿון דער סאָציאַלער אָרגאַניזאַציע פֿאַר טױזנטער יונגע ייִדן, װעלכע זײַנען אָנגעקומען קײן װאַרשע פֿון שטעט און שטעטלעך פֿון דער גאַנצער רוסישער אימפּעריע. אָפּגעריסן פֿון דער הײם און אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער אַרומיקער פּױלישער באַפֿעלקערונג, זײַנען די יונגע ייִדישע רעװאָלוציאָנערן געװען אױסן צו ענדערן דעם אַלטן טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטײגער. אָבער װאָס פֿאַר אַ מין אידעאָלאָגיע אָדער פּאַרטײ האָבן זײ דערבײַ אױסגעקליבן, איז געװען אין תּוך גענומען ניט אַזוי וויכטיק. אײניקע זײַנען געװאָרן ציוניסטן, אַנדערע בונדיסטן, די דריטע סאָציאַליסטן, אָבער דער עיקר איז געװען — זייער ראַדיקאַלער אימפּעט און די אוטאָפּישע װיזיע פֿון אַ נײַער, פֿרײַער און יושרדיקער געזעלשאַפֿט, װוּ ייִדן װעלן האָבן גלײַכע רעכט מיט אַלע אַנדערע פֿעלקער.

סקאָט אורי האָט דורכגעפֿירט זײער אַ גרונטיקע פֿאָרשערישע אַרבעט. דער עיקר, האָט ער דורכגעאַקערט די ייִדישע צײַטונגען פֿון יענער תּקופֿה אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש און פּױליש. אױפֿן דאָזיקן יסוד האָט זיך אױפֿגעבױט אַ פֿילפֿאַרביק בילד פֿונעם ייִדישן לעבן מיט טאָג־טעגלעכע דאגות און צרות. ייִדישע און העברעיִשע פּעריאָדיק, דער ייִדישער טעאַטער, כּלערלײ קאַפֿע־הײַזער, װי אױך געהײמע פּאָליטישע סטרוקטורן האָבן אין אײנעם געפֿורעמט די אַזױ־גערופֿענע „עפֿנטלעכע ספֿערע‟ פֿון װעלטלעכער ייִדישקײט. זײ האָבן אױך געדינט װי קאַנאַלן און מכשירים פֿאַר פּאָליטישער פּראָפּאַגאַנדע צװישן ייִדישע מאַסן. אַזױ אַרום האָט זיך אױסגעשטאַלטיקט אַ נײַע ראַדיקאַלע און װעלטלעכע ייִדישע אידענטיטעט, װאָס האָט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין אײראָפּע, אַמעריקע און ארץ־ישׂראל. אורי פֿאַרסך־הכּלט די רעזולטאַטן פֿונעם דאָזיקן פּראָצעס:

„הונדערטער טױזנטער ייִדישע תּושבֿים האָבן באַקומען אַן אָרט, אַ נײַ־געפֿורעמטע קהילה מיט קלאָרע סאָציאַלע גרענעצן, באַשטימטע פּאָליטישע צילן, װאָס זאָלן ברענגען צו אַ קאָלעקטיװער גאולה‟.

אורי סקאָט
אורי סקאָט

אַזױ אַרום האָט די רוסישע רעװאָלוציע געהאָלפֿן צו שאַפֿן אַ מאָדערנע ייִדישע נאַציע. אַ געװיסע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט אַנטיסעמיטיזם, װאָס די פּױלישע און רוסישע נאַציאָנאַליסטן האָבן גענוצט װי אַ מיטל פֿאַר קאָנסאָלידירן זײער אײגענע פּאָליטישע באַזע. די אַנטיסעמיטישע פּראָפּאַגאַנדע האָט געמאָלט די ייִדן װי אַ פֿרעמדער עלעמענט און אַ סכּנה פֿאַרן „געזונטן‟ נאַציאָנאַלן גוף. די אַנטיסעמיטישע רעטאָריק האָט געהאָלפֿן אױך די ייִדישע פּאָליטישע פּראָפּאַגאַנדיסטן צו באַטאָנען זײערע נאַציאָנאַל פּאָליטישע פּראָגראַמען. די ייִדישע און העברעיִשע טאָג־צײַטונגען, אַזעלכע װי „דער װעג‟ און „היום‟, שרײַבט אורי, „האָבן געהאָלפֿן צו שאַפֿן קאָנטורן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט דורך דעם, װאָס זײ האָבן דערמעגלעכט פֿאָרצושטעלן פֿרעמדע מענטשן װי חבֿרים, ברידער און גוטע פֿרײַנד, װי מיטגלידער פֿון אײן ציבור מיט אײן גורל‟.

סקאָט אורי געהערט צו דעם ייִנגערן דור ייִדישע היסטאָריקער, װאָס זײַנען גוט באַהאַװנט אין מאָדערנע טעאָריעס, באַהערשן נײטיקע שפּראַכן און זײַנען בכּוח דורכצואַקערן טױזנטער זײַטן פֿון אַלטע צײַטונגען, זכרונות, בריװ און אַנדערע דאָקומענטאַלע מקורים. זײ זײַנען ספּעציעל פֿאַראינטערעסירט אין דער טאָג־טעגלעכקײט פֿון מענער און פֿרױען פֿון אַ גאַנץ יאָר. און דאָס בילד, װאָס זײ שילדערן, באַקומט זיך גאַנץ ענלעך צו דעם, װאָס מען געפֿינט אין דער ייִדישער בעלעטריסטיק פֿון יענער צײַט. װען מען לײענט, למשל, װײַסנבערגס „שטעטל‟, אָדער די דערצײלונגען פֿון יענטע סערדאַצקי, באַמערקט מען אָט די אַלע עלעמענטן פֿון דער נײַער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער אידענטיטעט װי אין אוריס װאָגיקער פֿאָרשונג.

עס איז מערקװירדיק, װאָס פֿונעם גאַנצן שלל מאַטעריאַלן װערן דװקא די ליטעראַרישע װערק כּמעט ניט גענומען אין אַכט דורך די היסטאָריקער. מסתּמא, האָט דאָס צו טאָן מיט אַ סבֿרה, אַז בעלעטריסטיק דערצײלט אױסגעטראַכטע מעשׂיות, און ניט האַרטע „פֿאַקטן‟. אָבער די ייִדישע מחברים, װאָס האָבן געלעבט אין יענע צײַטן און געשילדערט יענע היסטאָרישע װירקלעכקײט, אַזעלכע װי איטשע־מאיר װײַסנבערג, שלום אַש און שלום־עליכם, זײַנען געװען ניט בלויז באַגאַבטע שרײַבער און גוטע אָבסערװאַטאָרן, נאָר אױך שאַרפֿע אַנאַליטיקער. מיט דער הילף פֿון מעטאַפֿאָרישע אימאַזשן און קינסטלערישע געשטאַלטן האָבן זײ אַנאַליזירט די װירקלעכקײט ניט ערגער פֿון די הײַנטיקע טעאָרעטיקער, װי יורגען האַבערמאַס אָדער מישעל פֿוקאָ. מען קען נאָר האָפֿן, אַז דער קומעדיקער דור היסטאָריקער װעט אָפּשאַצן די ייִדישע ליטעראַרישע ירושה װי עס געהערט צו זײַן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.