ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw


פֿון קאָבי ווײַצנער

Published July 08, 2014, issue of August 01, 2014.

באַשעוויס-זינגער פֿעסטיוואַל אין וואַרשע

מה־נשתּנה? מיט וואָס איז דער הײַיאָריקער באַשעוויס-זינגער פֿעסטיוואַל אין וואַרשע אַנדערש פֿון אַלע אַנדערע פֿעסטיוואַלן? דער הײַיאָריקער פֿעסטיוואַל, וואָס קומט פֿאָר סוף־אויגוסט, וועט זײַן מער טעאַטראַליש, ווי אַלע אַנדערע פֿעסטיוואַלן.

ווי באַקאַנט, זענען כּליזמרים און כּלי-זמר־מוזיק די הויפּט קאָמפּאָנענטן פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע פֿעסטיוואַלן אויף דער גאַנצער וועלט. דאָס ייִדישע וואָרט ווערט דאָס רובֿ געזונגען, נישט גערעדט.

אינעם הײַיאָריקן באַשעוויס-זינגער פֿעסטיוואַל וועט איר קענען זען אַ האַלבן טוץ טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען, עטלעכע פֿון זיי אויף ייִדיש.

דער אייביקער שמואל עצמון-ווירצער וועט שפּילן די הויפּט־ראָלע אין „די לעצטע ליבע‟, אַ באַאַרבעטונג פֿון יצחק באַשעוויסעס אַ טעקסט. דער העלד פֿון דער פּיעסע איז אַ ייִד, א ניצול־געבליבענער, וואָס וווינט אין ניו-יאָרק. ער האָט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרלוירן דעם חשק צום לעבן, אָבער אַ נײַע שכנטע ברענגט אַרײַן אין זײַן לעבן אַ ביסל פֿרייד און אַפֿילו ראָמאַנטיק. דער קליינער אַנסאַמבל פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער „ייִדישפּיל‟ איז טאַקע ערשטקלאַסיק. חוץ עצמונען, שפּילן אין דער פּיעסע יעקבֿ באָדאָ, אַנאַבעלאַ און לאָראַ סהר (סאַהאַר).

א צווייטע פּיעסע אין דער ייִדישער שפּראַך אינעם רעפּערטואַר פֿונעם פֿעסטיוואַל איז שלום אַשס „גאָט פֿון נקמה‟. די פּיעסע האָט רעזשיסירט פֿאַרן וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער דער יונגער, טאַלאַנטירטער אַנדריי מונטיאַנו, וואָס איז געקומען צו אונדז פֿון רומעניע.

דער פּוילישער ייִדישער אויטאָר סטאַניסלאַוו לעם האָט אינספּירירט דעם ישׂראלדיקן רעזשיסאָר שמואל שוחט. לעם איז געבוירן געוואָרן אין לעמבערג, דעמאָלט פּוילן, אין יאָר 1921. זײַן טאַטע איז געווען אַ דאָקטער, און דער יונגער לעם האָט זיך געלערנט מעדיצין אינעם לעמבערגער אוניווערסיטעט. בשעת דער דײַטשישער אָקופּאַציע האָט לעם זיך געראַטעוועט, אַ דאַנק געפֿעלשטע אַרישע פּאַפּירן. ער האָט געאַרבעט ווי אַן אויטאָ־מעכאַניקער און געווען אַ מיטגליד פֿון דער פּוילישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג. נאָכן קריג האָט ער געענדיקט זײַנע מעדיצינישע לימודים. לעם האָט אָבער געווידמעט זײַן לעבן דער ליטעראַטור, און איז געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע שעפֿער אינעם זשאַנער פֿון דער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק.

צווישן זײַנע ווערק זײַנע מער באַקאַנט געוואָרן: „אַ מענטש פֿון מאַרס‟, אָנגעשריבן אין יאָר 1951, „צוריק פֿון די שטערן” — יאָר 1961, „סאָלאַריס‟ געשאַפֿן אינעם זעלבן יאָר און אַ סך אַנדערע.

שוחטס ישׂראלדיקער אַנסאַמבל וועט שפּילן אַ פּיעסע מיטן טיטל „דער פּלאַנעט פֿון די ראָבאָטן‟. די אַקטיאָרן זענען אַלע אָנגעטאָן אין זילבערנע פּלאַסטיק־ און בלעך־קאָסטיומען, ווי די אמתע מעכאַנישע מענטשעלעך.

אָן יוליאַן טובֿים, דער גרויסער ייִדישער גאָון פֿון דער מאָדערנער פּוילישער ליטעראַטור, גייט עס נישט. מאַרק בראַנד, אַ פּוילישער ייִדישער אַקטיאָר און רעזשיסאָר, וועט פּרעזענטירן זײַן ספּעקטאַקל TUWIM OR NO TUWIM.

לאָמיר אויך נישט פֿאַרגעסן BONJOUR MR. CHAGAL — אַ חנעוודיקע מוזיקאַלישע פּיעסע, וואָס שמעון שורמיעי און גאָלדע טענצער האָבן אָנגעשריבן און רעזשיסירט. אַ קראַנץ פֿון שאַגאַלס טעקסטן און ליכטבילדער פֿון זײַנע מאָלערײַען צוזאַמען מיט ייִדישע פֿאָלקסלידער, וועלן שפּילן און זינגען די אַקטיאָרן פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער.

דאָס איז געווען אַ קורצער איבערבליק פֿונעם גרויסן ייִדישן פֿעסטיוואַל WARSZAWA SINGERA, וואָס קומט פֿאָר אין דער לעצטער וואָך אויגוסט אין וואַרשע.

גנבֿות איינעם אוישוויץ־מוזיי

איך קען נישט נאָך אַזאַ מוזיי, וואָס כאַפּט אַזוי פֿיל גנבֿים, ווי דער מוזיי אין אוישוויץ, דרום־פּוילן. אפֿשר צוליב דעם, וואָס דער מוזיי, דער אַמאָליקער אַרבעטס־ און טויט־לאַגער אוישוויץ-בירקענאַו איז אַזוי גרויס. דעם לעצטן גנבֿ, וואָס מען האָט געכאַפּט איז געווען אַ דײַטשישער לערער, וואָס האָט געלקחנט עטלעכע אָביעקטן — אַ גאָפּל און א שער, וואָס האָבן געהערט צו די אַמאָליקע קאַצעטניקעס. זיין טענה איז, אַז ער דאַרף האָבן די אָביעקטן ווי לימוד־מאַטעריאַלן פֿאַר זײַנע תּלמידים אין דײַטשלאַנד.

די גרעסטע גנבֿה אויפֿן שטח פֿון מוזיי איז פֿאָרגעקומען מיט פֿינעף יאָר צוריק. דעמאָלט האָבן די פּוילישע גנבֿים צוגעגנבֿעט דעם מעטאַלענעם שילד „אַרבײַט מאַכט פֿרײַ‟, פֿונעם טויער בײַם אַרײַנגאַנג אין לאַגער. אַ שוועד, אַ נעאָ-נאַצי, וואָס האָט באַשטעלט די גנבֿה איז דעמאָלט פֿאַרמישפּט געוואָרן צו צוויי מיט אַ האַלב יאָר תּפֿיסה.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.