פֿײַפֿן צי ניט פֿײַפֿן

To Whistle or Not to Whistle


פֿון משה לעמסטער

Published July 09, 2014, issue of August 01, 2014.

פֿון אָנהייב אָן וויל איך באַצייכענען, אַז איך מיין דאָס פֿײַפֿן מיטן מויל, סווישטשען, ווײַל דאָס וואָרט „פֿײַפֿן‟ האָט עטלעכע באַטײַטן. למשל, אין דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר פֿײַפֿן אייניקע העלדן, אַרײַנלייגנדיק צוויי פֿינגער אין מויל אַרײַן; אָדער אַן אַנדער בײַשפּיל: אין ישׂראל פֿײַפֿן אייניקע „קולטור־טוער‟ אויף דער ייִדישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר. אין דער טשערנאָוויצער צײַטונג „דאָס יודישע וואָרט‟ (1937), געפֿינען מיר אַן אַרטיקל, „מיר פֿײַפֿן אויף דער קולטור‟. פֿון די לעצטע צוויי זאַצן איז אונדז מער ווייניקער קלאָר דער אַנדערער באַטײַט פֿון דעם וואָרט „פֿײַפֿן‟, וועלכער האָט ניט קיין שײַכות צום מויל.

ווען מע וויל זאָגן, אַז עס גייט נישט גוט, עס טויג ניט, זאָגט מען: „שטופּ אַהער און שטופּ אַהין, ס’פֿאָרט נישט די מאַשין‟; אַז אַ שילער האָט ניט קיין פֿעיִקייטן צום לערנען, הערט מען: „עס פֿײַפֿט ניט‟. מע פֿאַרגלײַכט אי די ניט־אַרבעטנדיקע מאַשין, אי דעם שילער מיט אַ פֿײַפֿל, וואָס איז קאַליע געוואָרן. וועלן מיר שוין דערמאָנען אויך אַנדערע ווערטלעך: „ער זינגט, ווי אַ קו פֿײַפֿט אויף אַ שטעקן‟, ס’פֿײַפֿט דער דלות‟, „קענסט מיר פֿײַפֿן אויפֿן דראָנג‟…

אַלע געדענקען מסתּמא שלום־עליכמס „מאָטל פּייסי דעם חזנס‟, ווען מאָטל מיט זײַן ברודער פֿאָרן אינעם לאָנדאָנער טראַמווײַ, און ווײַל אויף ענגליש איז פֿינף „פֿײַוו‟, קומט אויס אַן אומפֿאַרשטענדעניש: „…מײַן ברודער פֿרעגט: וויפֿל קאָסט אַ פֿאָר? זאָגט אים דער קאָנדוקטער — פֿײַף!… און אליהו רופֿט זיך אָן צום קאָנדוקטאָר:… פֿײַף אַליין!…‟

אין אונדזער ליטעראַטור קאָנען מיר אויך געפֿינען דעם צונאָמען „פֿײַפֿער‟, מיט וועלכן מע באַצייכנט, געוויינטלעך, אַ מענטשן, וואָס האָט ליב צו פּלאַפּלען, פּלוידערן, באַלעבעטשען און אויך דעם, וואָס טרײַבן קאַטאָוועס… כּמעט אין דעם זעלבן יאָר, 1894, זענען אין ווילנע און אין וואַרשע דערשינען צוויי ביכער, „שײַקע פֿײַפֿער אָדער דער באַרימטער וויצלינג‟ און „באָמקע דער פֿײַפֿער: איינע שיינע ערציילונג…‟. בײַ דעם פּאָעט משה טייף איז דאָ אַ ליד, וואָס הייסט, „שײַקע פֿײַפֿער‟:

מע רופֿט מיך שײַקע פֿײַפֿער
דאָס ווייסט די גאַנצע וועלט,
איך פֿײַף אויף די ייִחסנים,
וואָס האָבן זעק מיט געלט…

אין 1936 איז אין קאָוונע אַרויס דוד אומרוס ביכל „זשאַווער‟. מיר געפֿינען דאָרט אַ דערציילונג „פֿײַווקע פֿײַפֿער‟, וועגן אַ חלוץ פֿון אַן אַמאָליקן קיבוץ אין ליטע. די דערציילונג פֿאַרענדיקט זיך אַזוי: „פֿײַווקע פֿײַפֿער איז בלינד געגאַנגען אין דער פֿינצטער… עס האָט זיך אים געבאָמבלט און פֿאַרביסן געעגבערט אין מוח: — די קונסט פֿון לעבן, פֿײַווקע, באַשטייט אין פֿײַפֿן, און די מענטשן צעטיילן זיך אין אָנפֿײַפֿער און אָנגעפֿײַפֿטע…‟

אַוודאי, ווען מע שרײַבט קריטישע אַרטיקלען וועגן ייִדישן טעאַטער, קאָנען זיך די קריטיקער ניט באַגיין אָן דעם וואָרט „פֿײַפֿן‟ — סווישטשען. אין די 1920ער יאָרן האָט מנחם קיפּניס אָפּגעדרוקט אין „טעאַטער און קונסט‟ עטלעכע הומאָריסטישע טעאַטער־מעשׂיות אונטערן טיטל „פֿײַפֿן און גענעצן‟. נאָך פֿאַר אים, אין 1917, אין די קיִעווער צײַטונג „נײַע צײַטן‟, לייענען מיר אַ פֿעליעטאָן „לערנט זיך אויס פֿײַפֿן‟. דער אַנאָנימער מחבר פֿרעגט דעם לייענער: „פֿאַר וואָס טויג דער ייִדישער טעאַטער אויף כּפּרות?‟ — און זײַן ענטפֿער איז: „ווײַל אין ייִדישן טעאַטער פֿײַפֿט מען ניט‟. דער פֿעליעטאָן פֿאַרענדיקט זיך אַזוי: „אָרגאַניזירט זיך און קומט אין ייִדישן טעאַטער און… פֿײַפֿט. פֿײַפֿט וויפֿל איר האָט נאָר כּוח… וואָס מער איר וועט אונדזערע אַקטיאָרן אויספֿײַפֿן, אַלץ בעסער וועט אונדזער טעאַטער ווערן. ווײַל פֿײַפֿן איז קולטור, קריטיק, מיינונג… אַך, ווען מע זאָל אין אונדזער טעאַטער אָנהייבן פֿײַפֿן…‟