ווען היטלער האָט באַלוינט ייִדן

When Hitler Honored Jews

דער דײַטשישער אַרמיי־טייל, אין וועלכן הערמאַן בענדהײַם האָט געדינט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.
Udi Bendheim
דער דײַטשישער אַרמיי־טייל, אין וועלכן הערמאַן בענדהײַם האָט געדינט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.

פֿון עופֿר אדרת (Haaretz)

Published July 09, 2014, issue of August 01, 2014.

דעם 15טן יוני, 1935, האָט מען פֿאַרבעטן הערמאַן בענדהײַם אינעם דײַטשישן קאָנסולאַט. די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים, צוויי יאָר נאָך הילטערס קומען צו דער מאַכט. די פֿאָרשטייער פֿונעם דריטן רײַך אין פּאַלעסטינע האָט באַלוינט בענדהײַם מיט אַן ערן־צייכן פֿאַר זײַן דינען ווי אַ דײַטשישער סאָלדאַט בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה.

מיט צוויי יאָר פֿריִער, האָט בענדהײַם פֿאַרלוירן זײַן שטעלע אין דײַטשלאַנד, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַן אינזשעניר, ווײַל ער איז געווען אַ ייִד. צוליב דעם האָט ער באַשלאָסן אַוועקצופֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. דער דאָזיקער פֿאַקט האָט אָבער נישט געשטערט די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער באַלוינונג־צערעמאָניע צו געבן דעם דאָזיקן ייִד דעם „ערן־קרייץ פֿאַר די פֿראָנט־קעמפֿער‟, אין נאָמען פֿון אַדאָלף היטלער און דעם פֿעלדמאַרשאַל פּאַול פֿאָן הינדערבורג. דער מעדאַל ווערט אַפֿילו באַגלייט מיט אַ דאָקומענט, וווּ בענדהײַם ווערט געשלידערט ווי אַ „דיפּלאָמירטער אינזשעניר‟; עס ווערט אויך דערמאָנט זײַן וווינונג־אָרט: דער קיבוץ יגור, לעבן חיפֿה.

הײַיאָר, דעם 28סטן יוני, האָט מען איבער דער וועלט אָפּגעמערקט דעם יאָרטאָג פֿונעם געשעעניש, וואָס האָט געדינט ווי אַ פֿונק, וועלכער האָט אָנגעצונדן דאָס פֿײַער פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. מיט 100 יאָר צוריק איז אין סאַראַיעוואָ דערמאָנדעט געוואָרן דער עסטרײַכישער אַרצהערצאָג, פֿראַנץ פֿערדינאַנד. בערך 100,000 ייִדן האָבן געדינט בעת דער מלחמה אויפֿן דײַטשישן צד; 12,000 פֿון זיי זענען אומגעקומען און אַ סך באַלוינט געוואָרן מיט מעדאַלן.

אינעם יאָר 1934, צוליב דעם 20סטן יאָרטאָג פֿון דער מלחמה, וואָס דײַטשלאַנד האָט פֿאַרשפּילט, האָט דער „דריטער רײַך‟ אָנגעהויבן צו באַערן די געוועזענע ייִדישע סאָלדאַטן. אַ טייל אייניקלעך פֿון די באַלוינטע, האָבן אָפּגעהיט די ערן־צייכנס, וואָס זייערע זיידעס האָבן באַקומען פֿון היטלערס רעגירונג. הײַנט קלינגט עס ווי אַן אַבסורד, אָבער במשך פֿון אַ קורצן פּעריאָד, האָט נאַצי־דײַטשלאַנד מכבד געווען די ייִדישע העלדן, אין נאָמען פֿון הילטער און דעם „דריטן רײַך‟. באַלד נאָך דער דאָזיקער פּאַראַדאָקסאַלער תּקופֿה, האָט אָבער די דײַטישע רעגירונג באַשלאָסן אײַנצוזעצן די באַלוינטע און, צום סוף, צו פֿאַרטיליקן אַלע ייִדן.

זײַענדיק אַ יונגער בחור, האָט הערמאַן בענדהײַם זיך אָנגעשלאָסן פֿרײַוויליק אין דער דײַטשישער אַרמיי. זײַן מאַמע, וועלכע האָט געדינט אינעם דײַטשישן „רויטן קרייץ‟, האָט אויך באַקומען אַ מעדאַל. ווען די דײַטשישער קאָנסולאַט האָט מכבד געווען דעם געוועזענעם סאָלדאַט, האָבן די דיפּלאָמאַטן נישט געקאָנט וויסן, אַז מיט עטלעכע יאָר שפּעטער וועט בענדהײַם זיך ווידער אָנשליסן ווי אַ פֿרײַוויליקער קעמפֿער — קעגן דער מעגלעכער דײַטישער אינוואַזיע אין פּאַלעסטינע.

בענדהײַם איז ניפֿטר געוואָרן אין 1962. זײַן זון, אודי בענדהײַם, האָט נישט געוווּסט וועגן דעם סתּירותדיקן ערן־צייכן. דער זון איז געוווירט געוואָרן וועגן דעם, ווען ער האָט זיך שפּעטער געגריבלט אינעם טאַטנס דאָקומענטן. אינעם יאָר 1934, האָט די ייִדיש־דײַטשישע פּרעסע פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן די מעדאַלן, וואָס די ייִדן האָבן באַקומען פֿון דער נײַער רעגירונג. די מחברים האָבן גערופֿן צו טראָגן די צייכנס מיט שטאָלץ און זיך דערמאָנען וועגן די „גרויסע טעג פֿון דער אַלגעמיינער ייִדיש־דײַטשישער געשיכטע‟.

אַ צאָל אייניקלעך פֿון די דײַטשישע ייִדן היטן אויך אָפּ די דיפּלאָמען פֿון זייערע זיידעס, אַרײַנגעלייגט אין קאָנווערטן, וואָס איז באַצירט מיט אַ האַקנקרייץ — אַ אַבסורדישער מישמאַש־פּראָדוקט פֿון דער צעמישטער דײַטשישער ביוראָקראַטיע.