ישׂראלים זענען זיך מודה אין אַבו־כדיירס מאָרד

Israeli Suspects Confess to Murdering Abu Khdeir

די פּאָליציי באַוואַכט דאָס געריכט אין פּתח־תּיקווה, וווּ עס גייט אָן דער מישפּט־פּראָצעס איבער די פֿאַרדעכטיקטע אינעם אַכזריותדיקן מאָרד פֿונעם פּאַלעסטינער ייִנגל.
JACK GUEZ/AFP/Getty Images
די פּאָליציי באַוואַכט דאָס געריכט אין פּתח־תּיקווה, וווּ עס גייט אָן דער מישפּט־פּראָצעס איבער די פֿאַרדעכטיקטע אינעם אַכזריותדיקן מאָרד פֿונעם פּאַלעסטינער ייִנגל.

Published July 09, 2014, issue of August 01, 2014.

מאָנטיק, דעם 7טן יולי, האָט די פּרעסע איבערגעגעבן, אַז דרײַ פֿון די זעקס אַרעסטירטע פֿאַרדעכטיקטע ישׂראלים האָבן זיך מודה געווען, אַז זיי האָבן פֿאַרכאַפּט מאָכאַמעד אַבו־כדייר, געפּײַניקט אים, פֿאַרברענט לעבעדיקערהייט, און אַרויסגעוואָרפֿן דעם גוף אינעם ירושלימער וואַלד. די פּאָליציי האָט איבערגעגעבן, אַז די זעלבע פּאַרשוינען ווערן אויך פֿאַרדעכטיקט אינעם פּרוּוון צו פֿאַרכאַפּן אַ 9־יאָריק ייִנגל מיט אַ טאָג פֿריִער פֿאַרן אַבֿו־כדיירס מאָרד. די אַרעסטירטע זענען יונגע ישׂראלים, פֿון 16 ביז 22 יאָר, תּושבֿים פֿון בית־שמש און פֿונעם מערבֿ־ברעג.

זונטיק, מיט אַ טאָג פֿריִער, האָט דער ירושלימער ראָש־העיר, ניר ברקת, דערציילט אויפֿן „פֿייסבוק‟ וועגן דעם עמאָציאָנעלן טעלעפֿאָן־שמועס צווישן צוויי משפּחות, וואָס האָבן טראַגיש פֿאַרלוירן זייערע זין — נפֿתּלי פֿרענקעל און מאָכאַמעד אַבו־כדייר. רחל פֿרענקעל, וואָס איר זין איז פֿאַרכאַפּט און דערמאָרדעט געוואָרן אין חבֿרון דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט פֿון אָנהייב אָן פֿאַרדאַמט דעם בלוטיקן מאָרד פֿונעם פּאַלעסטינער ייִנגל.

ישי פֿרענקעל, נפֿתּלי פֿרענקעלס פֿעטער, האָט זונטיק געהאַט אַ שמועס אויפֿן טעלעפֿאָן מיט כוסיין אַבו־כדייר, דער טאַטע פֿונעם דערמאָרדעטן בחור. די צוויי מענער האָבן אויסגעדריקט זייערע מיטגעפֿילן און מנחם־אָבֿל געווען איינער דעם צווייטן. דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט צוגעזאָגט דער משפּחה צו באַשטראָפֿן די שולדיקע.

די משפּחה האָט זיך אָבער אָפּגעזאָגט אָנצונעמען ערנסט נתניהוס ווערטער, ווי אויך צו טרעפֿן זיך מיטן אַוועקגייענדיקן ישׂראלדיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס. די באַגעגעניש מיטן אַשכּנזישן הויפּט־רבֿ, דוד לאַו, איז אויך אָפּגעשאַפֿן געוואָרן, צוליב אומקלאָרע סיבות. אַבו־כדיירס קרובֿים האָבן זיך יאָ באַגעגנט בײַ זיך אין דער היים מיט אַ צאָל אַנדערע ישׂראלדיקע פּאָליטיקער, אַרײַנגערעכנט שלי יאַכימאָוויטש, עמיר פּרץ און אַבֿרהם בורג פֿון דער פּאַרטיי „עבֿודה‟.

נאָכדעם, ווי די פּרעסע האָט מיטגעטיילט וועגן דעם אַרעסט פֿון די פֿאַרדעכטיקטע רעכטע עקסטרעמיסטן, האָט סיגל שמואל באַטראַכט אינעם Forward די אויסטערלישע מיינונגען, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע, ווען דאָס פּאַלעסטינער ייִנגל איז געפֿונען געוואָרן אָפּגעברענט און טויט אינעם וואַלד. געוויסע קוואַלן האָבן געמאָלדן, אַז זײַנע אייגענע משפּחה אַליין האָט אים, כּלומרשט, דערהרגעט, ווײַל ער איז געווען אַ האָמאָסעקסואַל. הײַנט ווייסט מען שוין, אַז דאָס איז געווען אַן אויסטראַכטעניש. פֿאַרוואָס האָבן די זשורנאַליסטן פֿאַרשפּרייט אַזאַ מעשׂה?

שמואל האָט באַמערקט עטלעכע סיבות דערפֿון. די פּאָליציי האָט בײַם אָנהייב געהאַלטן בסוד אַלע פּרטים וועגן די אַרעסטירטע פֿאַרדעכטיקטע; אַדרבה, ס׳זעט אויס, אַז געוויסע פּאָליציי־קוואַלן האָבן אַליין געשאַפֿן אַ באָדן פֿאַר אַזעלכע אויסטראַכטענישן. צוליב דעם, האָט זיך אין דער ישׂראלדיקער פּרעסע — דער עיקר, אין די רעכטע אויסגאַבעס — פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז די פּאַלעסטינער אַליין האָבן דערמאָרדעט דאָס קינד פֿאַר זײַן אומטראַדיציאָנעלער סעקסועלער אָריענטאַציע.

שפּעטער, האָט די פּאָליציי אָפּגעוואָרפֿן די דאָזיקע השערות, ווײַל די פֿאַרדעכטיקטע האָבן זיך מודה געווען, אַז ס׳איז געווען אַ נקמה־אַקט. צוליב די דאָזיקע קלאַנגען האָט זיך אַרום דעם טראַגיש דערמאָרדעטן ייִנגל געשאַפֿן אַן אומגעזונטע כוואַליע פֿון נײַע צווייפֿלהאַפֿטיקע דיסקוסיעס וועגן מוסולמענער, פּאַלעסטינער, האָמאָסעקסואַלן און זייערע שׂונאים.