פֿאַרוואָס איז ליבערמאַן פּטור געוואָרן פֿון ביבי?

Why Avigdor Lieberman Dumped Bibi?

אַבֿיגדור ליבערמאַן פֿאַרלאָזט דעם 7טן יולי די וואַלן־אַליאַנץ מיט נתניהו
Lior Mizrahi/Getty Images
אַבֿיגדור ליבערמאַן פֿאַרלאָזט דעם 7טן יולי די וואַלן־אַליאַנץ מיט נתניהו

פֿון דזש. דזש. גאָלדבערג (Forward)

Published July 09, 2014, issue of August 01, 2014.

דעם 7טן יולי, האָט דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, געמאָלדן, אַז זײַן פּאַרטיי, „ישׂראל ביתנו‟, גייט אַרויס פֿון דער וואַלן־אַליאַנץ מיט בנימין נתניהוס „ליכּוד‟. דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, בעת די פּאַרלאַמענט־וואַלן, האָבן די דאָזיקע פּאַרטייען פֿאַראייניקט זייערע כּוחות; זיי זענען אָבער תּמיד געבליבן צוויי באַזונדערע אָרגאַניזאַציעס.

ליבערמאַן האָט דערקלערט בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַז זײַן פּאַרטיי קלײַבט זיך נישט צו פֿאַרלאָזן נתניהוס פֿירנדיקע קאָאַליציע, און אַז ער וועט ווײַטער בלײַבן דער אויסטערן־מיניסטער. זײַן באַשלוס אַרויסצוגיין פֿון דער וואַלן־אַליאַנץ וועט אָבער שטעלן נתניהו אין אַ וואַקלענדיקער פּאָזיציע, ווײַל צווישן די 68 דעפּוטאַטן אין זײַן קאָאַליציע רעפּרעזענטירן „ליכּוד‟ בלויז 20 מענטשן.

ליבערמאַן איז געקומען צו זײַן באַשלוס נאָך אַ לאַנגער און שאַרפֿער סעריע דעבאַטן וועגן „כאַמאַס‟. אין פֿאַרגלײַך מיט נתניהוס פֿאָרלייג צו באַנײַען דעם שטילשטאַנד מיט די „כאַמאַסניקעס‟, האָט ליבערמאַן נישט איין מאָל גערופֿן צו אַטאַקירן דעם עזה־פּאַס און אַפֿילו צו אָקופּירן דעם ראַיאָן פֿון ס׳נײַ. זונטיק, דעם 6טן יולי, איז אויסגעבראָכן אַ שאַרף מחלוקת צווישן די צוויי פּאָליטיקער, וועלכע האָבן בפֿירוש געשאָלטן איינער דעם צווייטן.

נתניהוס קאָאַליציע באַשטייט פֿון פֿינף פּאַרטייען: „ליכּוד‟, „יש עתיד‟, „הבית היהודי‟, „ישׂראל ביתנו‟ און „התּנועה‟. זײַן פּאַרטיי האָט די גרעסטע צאָל פֿאָרשטייער אין דער קאָאַליציע; די פּאַרטיי „יש עתיד‟, בראָש מיטן פֿינאַנץ־מיניסטער, יאיר לפּידס, פֿאַרנעמט אָבער כּמעט דאָס זעלבע אָרט 19 דעפּוטאַטן אין דער כּנסת. אויב איינער פֿון די „ליכּודניקעס‟ וועט פֿאַרלאָזן דעם פּאַרלאַמענט, צוליב וועלכע־ניט־איז סיבות, וועט נתניהוס פּאַרטיי פֿאַרלירן איר פֿירנדיקע פּאָזיציע. דערצו, איז די איצטיקע קאָאַליציע בכלל אַן אומסטאַבילע סטרוקטור, וואָס באַשטייט פֿון זיך־קריגנדיקע באַוועגונגען.

ווען יצחק הערצאָג, דער ראָש פֿון דער אָפּאָזיציע־פּאַרטיי „עבֿודה‟, איז געווויר געוואָרן וועגן ליבערמאַנס באַשלוס צו ברעכן די וואַלן־אַליאַנץ, האָט הערצאָג באַמערקט, אַז אין אַזאַ פֿאַל האַלט דער גאַנצער פּאַרלאַמענט בײַם צעפֿאַלן זיך. דער אָפּאָזיציע־פֿירער האָט גערופֿן לפּיד און ציפּי ליבֿני, די הויפּטין פֿון „התּנועה‟, אַרויסצוגיין פֿון דער קאָאַליציע און צו שאַפֿן צוזאַמען מיט אים אַ נײַע „רעאַלע אַלטערנאַטיוו‟.

לפּיד, פֿון זײַן צד, וואָלט בשום־אופֿן נישט מסכּים געווען מיטצואַרבעטן מיט די חרדישע פּאַרטייען. זײַענדיק אַ פֿאַרביסענער סעקולאַריסט, איז ער מיט זיי שטאַרק צעקריגט.

עס קאָן זײַן, אַז עפּעס אַן אומגעריכטע פֿיגור וועט זיך אַרײַנמישן און בײַטן די גאַנצע סיטואַציע. איין מעגלעכער קאַדידאַט איז יובֿל דיסקין, דער געוועזענער דירעקטאָר פֿון „שין־בית‟, וועלכער ווערט אַלץ מער באַקאַנט ווי אַ פּאָליטישער טוער.

אַן אַנדער מעגלעכע פֿיגור איז רון חולדאַי, דער געראָטענער מעיאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿ, אַ געוועזענער מיליטערישער פּילאָט און אַ פּענסיאָנירטער גענעראַל. צוליב ליבערמאַנס באַשלוס, איז דער ווילדער מצבֿ אין דער כּנסת געוואָרן נאָך מער קאָמפּליצירט און אָפֿן צו אומדערוואַרטע פּאָליטישע קאָמבינאַציעס.