פֿראַגעס מכּוח דער איצטיקער מלחמה

Questions About the Current War

דער אַנטיראַקעטן־סיסטעם “אײַזערנער קופּאָל” שיסט אַראָפּ אַ ראַקעט, געשיכט פֿון „כאַמאַס” אויף אַשדוד, דעם 8טן יולי
Getty Images
דער אַנטיראַקעטן־סיסטעם “אײַזערנער קופּאָל” שיסט אַראָפּ אַ ראַקעט, געשיכט פֿון „כאַמאַס” אויף אַשדוד, דעם 8טן יולי

פֿון לייבל באָטוויניק

Published July 10, 2014, issue of August 01, 2014.

פֿאַרוואָס איז ישׂראל אַרויס אין דער דאָזיקער קריג קעגן „כאַמאַס‟, און פֿאַרוואָס דווקא איצט, מיט אַזאַ כּוח?

עס איז ניט קיין סוד, אַז פֿון עזה ווערן כּסדר אַרויסגעשאָסן ראַקעטן, און אַטענטאַטן ווערן אָן אויפֿהער פּרובירט קעגן די תּושבֿים פֿון די ייִדישע ייִשובֿים אין דרום־טייל פֿון מדינת־ישׂראל, און אויף די סאָלדאַטן, וואָס פֿאַרטיידיקן אונדז דאָרט. עס איז אויך ניט קיין סוד, אַז סײַ די „כאַמאַס‟־רעגירונג און סײַ אַנדערע אומאָפּהענגיקע טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציעס העצן כּסדר מע זאָל כאַפּן ישׂראל־בירגער און זיי האַלטן פֿאַר ערבֿניקעס, כּדי צו באַפֿרײַען אַנדערע טעראָריסטן, וואָס זיצן אין די ישׂראל־תּפֿיסות.

אָט למשל, האָט די ישׂראלדיקע זיכערהײט־כּוחות מצליח געווען אָפּצושטעלן איבער 40 אַטענטאַטן פֿון פֿאַרכאַפּן ישׂראל־בירגער צי סאָלדאַטן אין דער לעצטער אָנדערטהאַלבן יאָר. זעט: http://www.haaretz.com/news/diplomacy-defense/.premium-1.598727.

און כאָטש ס’איז געווען אַ מין „וואָפֿן-שטילשטאַנד‟־אָפּמאַך (דער אַזוי גערופֿענער „סולחה‟, אַ דאַנק דער פֿאַרמיטלונג פֿון מצרים) צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟, אַז ניט „כאַמאַס‟ וועט באַשיסן מיט ראַקעטן ישׂראל, און ניט ישׂראל וועט צוריקשיסן, זײַנען דאָך מער ווי 450 ראַקעטן צי „מאַרטאַר‟-באָמבעס געפֿאַלן אויפֿן שטח פֿון מדינת־ישׂראל זינט אָנהייב 2014, נאָך איידער ישׂראל איז ארויס אין פֿולער מאַכט דעם מאָנטיק אין אָוונט. פֿאַרשטייט זיך, אַז פֿון מאָנטיק זײַנען שוין אַרויסגעשאָסן געוואָרן עטלעכע הונדערט נײַע ראַקעטן פֿון עזה. זעט: http://honestreporting.com/israel-under-fire-operation-protective-edge-a-primer/ און http://www.timesofisrael.com/israel-pounds-gaza-targets-after-rocket-barrage-hits-as-far-north-as-hadera/.

דער נײַער צושטאַנד באַשטייט, קודם־כּל, אין דעם, וואָס זינט 2012 — דאָס לעצטע מאָל, ווען ישׂראל איז אַרויס אין ביטערן קאַמף קעגן „כאַמאַס‟ — האָט „כאַמאַס‟ אָנגעזאַמלט נײַע (אַזוי זאָגט מען) 10.000 ראַקעטן און ווײַטגרייכיקע וואָפֿן, וואָס קענען שוין הײַנט דערגרייכן פֿון עזה ביז חדרה (וואָס איז אַפֿילו צפֿון פֿון תּל־אָבֿיבֿ, אין צענטער פֿון דער מדינה).

נאָך אַ סיבה איז, אַז ישׂראל האָט דירעקט באַשולדיקט דעם „כאַמאַס‟ אין דער שוידערלעכער רציחה פֿון דרײַ אומשולדיקע יוגנטלעכע, מיט דרײַ וואָכן צוריק. אַנשטאָט צו לייקענען, האָט די „כאַמאַס‟־פֿירערשאַפֿט דאָס מיט פֿרייד אָנערקענט, און געהייסן אירע מיטגלידער און סימפּאַטיקער אין ישׂראל און אַרום דער וועלט ווײַטער פּרובירן צו כאַפּן ישׂראלים, כּדי זיי צו הרגענען אָדער האַלטן ווי ערבֿניקעס.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.