נויט־זיצונג בײַם זיכערהייט־ראַט פֿון דער „יו־ען‟

Emergency Meeting of UN Security Council

די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָרין בײַ דער „יו־ען‟, סאַמאַנטאַ פּאַוער (רעכטס), מיטן ישׂראלדיקן „יו־ען‟־אַמבאַסאַדאָר, רון פּרושׂאור‏, דעם 10טן יולי, נאָך דער זיצונג פֿונעם זיכערהייט־ראַט
Getty Images
די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָרין בײַ דער „יו־ען‟, סאַמאַנטאַ פּאַוער (רעכטס), מיטן ישׂראלדיקן „יו־ען‟־אַמבאַסאַדאָר, רון פּרושׂאור‏, דעם 10טן יולי, נאָך דער זיצונג פֿונעם זיכערהייט־ראַט

פֿון „האָרץ‟

Published July 11, 2014, issue of August 01, 2014.

דער גענעראַל־סעקרעטאַר בײַ דער „יו־ען‟, בין קי־מון, האָט דאָנערשטיק דערקלערט, אַז מע קאָן נאָך אויסמײַדן אַ ישׂראלדיקע גרונט־אינוואַזיע קיין עזה, אויב „כאַמאַס‟ וועט אָפּשטעלן אירע ראַקעטן־אַטאַקן.

רעדנדיק אויף אַ נויט־זיצונג פֿונעם „יו־ען‟־זיכערהייט־ראַט אין ניו־יאָרק, האָט באַן אויסגעדריקט זאָרג וועגן דעם זיכערהייט־מצבֿ פֿון די ציווילע לײַט סײַ אין ישׂראל, סײַ אין עזה, און צוגעגעבן, אַז די בירגער פֿון עזה געפֿינען זיך אין אַ סכּנה, סײַ צוליב דעם אומאַחריותדיקן אויפֿפֿיר פֿון „כאַמאַס‟, סײַ צוליב די ישׂראלדיקע לופֿט־אַטאַקן.

„די בלוט־פֿאַרגיסונג אין עזה איז אַ סימן, אַז דער סטאַטוס קוואָ צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער קאָן נישט אָנגעהאַלטן ווערן,‟ האָט דער סעקרעטאַר באַמערקט.

דער פּאַלעסטינער פֿאָרשטייער בײַ דער „יו־ען‟, ריִאַד מאַנסור, האָט געזאָגט, אַז דער „בלוטבאָד‟ און „ישׂראלדיקע אַטאַקן אויף די פּאַלעסטינער ציווילע לײַט אין עזה‟ מוז אָפּגעשטעלט ווערן. „ישׂראלס אָקופּאַציע איז ראַסיסיטיש און עקספּאַנסיאָניסטיש,‟ האָט מאַסור באַטאָנט. „ישׂראל טענהט, אַז זי איז די איינציקע דעמאָקראַטישע מלוכה אינעם מיטעלן מיזרח, אָבער דערווײַל אַטאַקירט זי אומשולדיקע ציווילע לײַט.‟

ער האָט באַשולדיקט ישׂראל אין דורכפֿירן מלחמה־פֿאַרברעכנס און מלוכישן טעראָריזם קעגן די ציווילע לײַט אין עזה. בשעת דער זיצונג, האָט אַ ראַקעט פֿון עזה געטראָפֿן אַ הויז אין שער הנגבֿ, און דערבײַ צעשטערט דעם בנין, אָבער קיינעם נישט פֿאַרוווּנדיקט. דער ישׂראלדיקער פֿאָרשטייער בײַ דער „יו־ען‟, רון פּרושׂאור‏ (פּראָסאָר), האָט דאָס דערמאָנט אין זײַן רעדע, זאָגנדיק: „הער גענעראַל־סעקרעטאַר, בשעת איר האָט דאָ גערעדט פֿאַרן עולם, האָט מען פֿינף ראַקעקן אַרויסגעשאָסן פֿון עזה קיין ישׂראל, און איינער האָט געטראָפֿן אַ הויז.‟

פּרושׂאור האָט צוגעגעבן, אַז „כאַמאַס‟ באַהאַלט זיך הינטער די פּאַלעסטינער ציווילע לײַט און פּרוּווט דערנאָך באַשולדיקן ישׂראל אין גענאָציד. „׳כאַמאַס׳ האָט אונדז אַרײַנגעצויגן אין דער אָפּעראַציע,‟ האָט ער געזאָגט.

פּרושׂאור האָט דעמאָלט אַרויסגענומען זײַן „אײַ־פֿאָן‟ און אַרויסגעלאָזט אַן אַלאַרם־סיגנאַל איבערן זאַל פֿונעם זיכערהייט־ראַט. „ווען די ישׂראלים דערהערן אַזאַ סירענע, בלײַבט זיי בלויז 15 סעקונדעס אַרײַנצולויפֿן אינעם מקום־מיקלט.‟

דער ישׂראלדיקער פֿאָרשטייער האָט באַשולדיקט מאַנסור אין דינען ווי „אַ כּלי פֿון ׳כאַמאַס׳‟ און באַמערקט, אַז יענער האָט גאָרנישט דערמאָנט וועגן די ראַקעטן, וואָס עזה שיסט אין ישׂראל. נאָך דער זיצונג האָט פּרושׂאור דערקלערט, אַז ישׂראל איז נישט פֿאַראינטערעסירט אין קיין וואָפֿן שטילשטאַנד. „אונדזער ציל איז אין גאַנצן צו צעשטערן די ראַקעטן-אינפֿראַסטרוקטור פֿון ׳כאַמאַס׳,‟ האָט ער באַטאָנט.