אַ קלאַפּ פֿאַר „כאַמאַס‟

A Blow to Hamas

דער „כאַמאַס‟־פֿירער כאַלעד מעשאַאַל
Getty Images
דער „כאַמאַס‟־פֿירער כאַלעד מעשאַאַל

פֿון „רויטערס‟

Published July 10, 2014, issue of August 01, 2014.

בײַם אָנהייב פֿון די נײַסטע קאַמפֿן צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟, האָבן די מיליטאַנטן אין עזה געהאַט גרויס חשק דורכצופֿירן די אַטאַקן קעגן דער ייִדישער מדינה. זיי האָבן זיך אָבער נישט געריכט אויף דער שטאַרקער רעאַקציע מצד ישׂראל: הונדערטער ישׂראלדיקע באָמבעס זענען שוין געפֿאַלן אין עזה, אומברעגנדיק מער ווי 70 אײַנוווינער, כּמעט אַלע — ציווילע לײַט, לויט די פּאַלעסטינער מעדיצינישע באַאַמטע.

„כאַמאַס‟ זאָגט איצט, אַז זי האָט נישט געזוכט קיין מלחמה. „[דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין] נתניהו האָט אונדז געצוווּנגען צו ווערן מער אַגרעסיוו,‟ האָט דער „כאַמאַס‟־פֿירער כאַלעד מעשאַאַל געזאָגט מיטוואָך אויף דער ראַדיאָ. „כּדי אָפּצושטעלן די אַגרעסיע, מוז ער צו ערשט אָפּשטעלן זײַן פּאָליטיק פֿון אָקופּאַציע, בויען ייִשובֿים, יודאַיִזאַציע, אַרעסטן, הריגות און צעשטערן הײַזער. אונדזער פֿאָלק האָט אַ רעכט צו לעבן ווי פֿרײַע מענטשן.‟

די פֿריִערדיקע קאַמפֿן צווישן די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן און דעם ישׂראלדיקן מיליטער — ווי, למשל, דער אַכט־טאָגיקער קאָנפֿליקט אין 2012 — האָבן נישט צעשטערט די „כאַמאַס‟־אינפֿראַסטרוקטור. ביז איצט פֿלעגט „כאַמאַס‟, נאָכן סוף פֿון די קאַמפֿן, דערקלערן אַ נצחון, געניסן פֿון דער שטיצע פֿון אַ צאָל לענדער איבער דער וועלט, און אין גיכן באַקומען נאָך ראַקעטן, אַ דאַנק דער אָפֿענער גרענעץ מיט עגיפּטן.

זינט דעמאָלט האָט זיך אָבער דער מצבֿ שטאַרק געביטן.

פֿאַראַיאָרן האָט דאָס עגיפּטישע מיליטער פֿאַרטריבן פֿון דער מאַכט די „מוסולמענישע ברודערשאַפֿט‟ — אַ הויפּט־שטיצער פֿון דער „כאַמאַס‟־רעגירונג אין עזה, וואָס האָט אין 2012 געהאָלפֿן צונויפֿשטעלן אַ וואָפֿן־שטילשטאַנד. ס׳וועט איצט אָנקומען „כאַמאַס‟ אַ סך שווערער צו קריגן נײַ געווער, ווײַל די נײַע עגיפּטישע רעגירונג האָט אָנגעהויבן צעשטערן די עזה־טונעלן, וואָס האָבן ביז איצט דערמעגלעכט דאָס אַרײַנשמוגלען געווער און אַנדערע מיסחר, און דערבײַ געהאָלפֿן אויפֿהאַלטן די גאַנצע עקאָנאָמיע.

עזה איז אַמאָל געווען אַ פּאָפּולערער צוועק בײַ די מוסולמענישע כּוחות אינעם ראַיאָן, אָבער עגיפּטן איז איצט אַנטאַגאָניסטיש־געשטימט צו „כאַמאַס‟, און די הויפּט־שטיצער פֿון די עזה־מיליטאַנטן — טערקײַ און קאַטאַר — זענען איצט אַ סך מער באַזאָרגט וועגן דעם גיכן אויפֿשטײַג פֿון איסלאַמיסטישע עקסטרעמיסטן אין איראַק. ווי אַ רעזולטאַט, געפֿינט זיך „כאַמאַס‟ איצט „פֿאַריתומט‟. „׳כאַמאַס׳ איז שטאַרק אָפּגעשוואַכט געוואָרן, נאָך שוואַכער פֿון פֿריִער,‟ האָט דערקלערט גרשון באַסקין, אַ ישׂראלדיקער שלום־אַקטיוויסט און אַנאַליטיקער. „טאַקע דערפֿאַר האָט זי אין גאַנצן נאָכגעגעבן מאַכמוד אַבאַס׳ פֿאָדערונגען צו שאַפֿן אַן אייניקייט־רעגירונג. ׳כאַמאַס׳ האָט ממש באַנקרוטירט.‟

דערווײַל האָט ישׂראל שוין געגעבן אָנצוהערן, אַז זי איז גרייט אַרײַנצושיקן אירע גרונט־כּוחות און טאַנקען, כּדי צו צעשטערן די מיליטערישע אינפֿראַסטרוקטור פֿון „כאַמאַס‟. אויב יאָ, קאָן עס געבן „כאַמאַס‟ מער געלעגנהייטן אומצוברענגען ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, אָדער פֿאַרכאַפּן זיי, כּדי אויסצובײַטן אויף פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן, האָט דערקלערט פֿיראַס אַבי אַלי, אַן אַנאַליטיקער בײַ דער אינטערנאַציאָנאַלער אינוועסטיר־פֿירמע IHS Country Risk.

„מיר האָבן שוין גאָרנישט צו פֿאַרלירן,‟ האָט דאָנערשטיק דערקלערט דער „כאַמאַס‟־וואָרטזאָגער, סאַמי אַבן זוכרי. „מיר זענען גרייט צו קעמפֿן ביזן סוף.‟