ברוך לעבאָוויץ פֿאַרמישפּט צו 2 יאָר תּפֿיסה

Baruch Lebovits Sentenced to 2 Years in Prison

ברוך לעבאָוויץ
ברוך לעבאָוויץ

פֿון ייִט״אַ

Published July 11, 2014, issue of August 01, 2014.

ניו־יאָרק. — ברוך לעבאָוויץ, אַ רבֿ אין ברוקלין, וועלכער איז פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַר סעקסועלער באַלעסטיקונג אין יאָר 2010, אָבער באַפֿרײַט געוואָרן דורך אַן אַפּעל, איז די וואָך פֿאַרמישפּט געוואָרן צו צוויי יאָר תּפֿיסה, ווי אַ טייל פֿון אַ שולד־אָפּמאַך.

לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, וועט לעבאָוויץ מסתּמא זיצן אין תּפֿיסה ווייניקער פֿון אַ יאָר, ווײַל ער איז שוין געזעסן 13 חדשים לאַנג, ווי אַ טייל פֿון דער ערשטער פֿאַרמישפּטונג פֿאַר האָבן זיך סעקסועל געטשעפּעט צו אַ ייִנגל. יענעם אורטייל, וווּ מע האָט קעגן אים געבראַכט אַכט באַשולדיקונגען פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, און אים פֿאַרמישפּט צו 10 יאָר תּפֿיסה, האָט מען דערנאָך איבערגעדרייט צוליב אַ טעכנישן טעות. ווי אַ פּועל־יוצא האָט מען לעבאָוויץ באַפֿרײַט פֿון דער טורמע.

דער ענין קעגן לעבאָוויץ איז געווען אַ טייל פֿון אַ קאַמפּאַניע מצד דעם געוועזענעם ברוקלינער הויפּט־פּראָקוראָר טשאַרלס הײַנז צו באַקעמפֿן סעקסועלע באַלעסטיקונג אין דער חסידישער קהילה.

לעבאָוויץ איז אויך באַשולדיקט געוואָרן אין באַלעסטיקן דעם זון פֿון סעם קעלנער, אַ צווייטער חסיד, וועלכער האָט געהאָלפֿן דער פּראָקוראַטור צוזאַמענשטעלן אַ פּראָצעס קעגן לעבאָוויץ. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, האָבן די פּראָקוראָרן שפּעטער באַשולדיקט קעלנער אַליין פֿאַר האָבן אונטערגעקויפֿט אַ דריטן מענטשן צו זאָגן עדות אויף לעבאָוויץ — אַ באַשולדיקונג, וואָס קעלנער האָט געזאָגט, איז געווען אַ ליגן, אויסגעטראַכט פֿון לעבאָוויצס שטיצער. אין מאַרץ האָט דער הויפּט־פּראָקוראָר אַראָפּגענומען די באַשולדיקונגען קעגן קעלנער.

די וואָך האָט קעלנער פֿאַרדאַמט דעם פּראָצעס־אָפּמאַך ווי אַ נישט גענוג לאַנגע שטראָף, טענהנדיק, אַז דאָס שיקט אַ געפֿערלעכן סיגנאַל צו אַנדערע סעקסועלע באַלעסטיקער.

„וואָס וועלן מיר איצט זאָגן אונדזערע קינדער?‟ — האָט קעלנער געפֿרעגט. „גיי צו דער פּאָליציי, און דערנאָך וואָס? ווי אַזוי וועלן מיר באַשיצן די קינדער?‟

ווען לעבאָוויצס ערשטע פֿאַרמישפּטונג איז איבערגעדרייט געוואָרן אין 2012, האָט דאָס געריכט געזאָגט, אַז עס זענען טאַקע פֿאַראַן גענוג באַווײַזן, אַז ער איז שולדיק, אָבער מע וועט אים מוזן באַפֿרײַען, ווײַל די פּראָקוראָרן האָבן נישט איבערגעגעבן אַ וויכטיקן מאַטעריאַל ביזן מיטן פֿונעם פּראָצעס: די נאָטיצן פֿון אַ דעטעקטיוו וועגן אַ געוויסן עדות, וואָס לעבאָוויצס אַדוואָקאַטן וואָלטן אים זיכער אָנגעקלונגען, ווען מע וואָלט זיי געגעבן די אינפֿאָרמאַציע פֿאַרן פּראָצעס