דער ליובאַוויטשער רבי און יהושע

The Lubavitcher Rebbe and Joshua

דער קבֿר פֿון יהושע בן־נון — באַערט בײַ די אַראַבער ווי „יושאַ איבן נון‟ — אינעם דאָרף קיפֿל־כאַריס, מערבֿ־ברעג
דער קבֿר פֿון יהושע בן־נון — באַערט בײַ די אַראַבער ווי „יושאַ איבן נון‟ — אינעם דאָרף קיפֿל־כאַריס, מערבֿ־ברעג

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published July 13, 2014, issue of August 01, 2014.

דער פֿאַרגאַנגענער דינסטיק, דער דריטער טאָג פֿונעם חודש תּמוז, איז דער טאָג, ווען מיט 20 יאָר צוריק איז ניפֿטר געוואָרן דער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־מענדל שניאורסאָן. טויזנטער חב״דניקעס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט איבער דער גאָרער וועלט, כּדי אָפּצומערקן די דאָזיקע דאַטע.

די וואָך, בין איך אויך געגאַנגען אין אַ רוסישער ליובאַוויטשער שיל, כּדי צו באַטייליקן זיך אין דער יאָרצײַט־סעודה. אַחוץ דעם געוויינטלעכן עולם פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, זענען געקומען אַ צאָל אַמעריקאַנער. איינער פֿון זיי האָט מיך פּלוצעם געפֿרעגט, צי מע מוז זיך נוקם זײַן אין די פּאַלעסטינער פֿאַרן דערמאָרדן די דרײַ ישיבֿה־בחורים.

כ׳האָב געענטפֿערט, אַז הגם די מערדער האָבן אָפּגעטאָן אַ שרעקלעכע עוולה, טאָר מען נישט באַשטראָפֿן צוליב דעם אַ גאַנצע גרופּע מענטשן. דער ייִד האָט מאָדנע אַ קוק געטאָן אויף מיר און געטענהט, אַז אינעם תּנ״ך שטייט בפֿירוש יאָ געשריבן, אַז ייִדן מעגן אויסהרגענען גאַנצע פֿעלקער — די כּנענים און עמלק. האָב איך אָנגעהויבן דערציילן, אַז אויב אַפֿילו מע וואָלט געוווּסט אויף זיכער, אַז אַ געוויסער ערלעכער מענטש שטאַמט פֿון די מיסטעריעזע עמלקים, מוז מען אים מכבד זײַן און בשום־אופֿן נישט באַעוולען. אַזוי טײַטשט אָפּ דעם רמב״ם רבי יוסף קאַראָ, דער מחבר פֿונעם שולחן־ערוך.

איך האָב געוואָלט ממשיך זײַן, אָבער מײַן מיטשמועסער האָט מיך ווידער מאָדנע אָנגעקוקט און געפֿרעגט, צי איך בין אַ בעל־תּשובֿה. ער האָט צוגעגעבן, אַז ער איז אַ ספֿרדישער ייִד פֿונעם סירישן שניט, און ווײַטער נישט געוואָלט רעדן וועגן דעם. אויפֿן צווייטן טאָג נאָך דער סעודה בין איך געווויר געוואָרן, אַז עמעצער האָט טאַקע אָפּגעטײַטשט אַזעלכע נקמה־געדאַנקען ווי אַ הלכה־למעשׂה, און דערמאָרדעט אַ פֿאַרכאַפּטן פּאַלעסטינער ייִנגל אין ירושלים. ווי מיר ווייסן הײַנט, איז דאָס דאָזיקע שרעקלעכע פֿאַרברעכן באַגאַנגען אַ גרופּע יונגע פֿרומע ייִדן.

צוליב דער טענדענץ צו פֿאַרטיידיקן אַזעלכע פּאַרשוינען, ווי דער מאַסן־מערדער ברוך גאָלדשטיין, וועלכער איז אַליין געווען נאָענט צו חב״ד, האָט ליובאַוויטש באַקומען אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ שטאַרק רעכטער באַוועגונג. הגם איך פֿיל זיך פּערזענלעך היימיש אין די חבֿ״ד־שילן, האָב איך שוין נישט איין מאָל באַמערקט, אַז די דאָזיקע גרופּע ציט צו זיך כּסדר צו בפֿירושע פֿאַשיסטן.

דער ליובאַוויטשער רבי האָט געגלייבט, אַז מע טאָר נישט אָפּגעבן „אַפֿילו אַ טפֿח‟ — אַ קליין שטיק — פֿון די אָקופּירטע שטחים צו די פּאַלעסטינער, ווײַל דאָס איז אַ סכּנותדיקע און נוצלאָזע טאַקטיק. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, קאָן מען טאַקע מסכּים זײַן, אַז דאָס האַנדלען מיטן לאַנד שטיקלעכווײַז איז אַ צווייפֿלהאַפֿטיקע מעשׂה. צוליב דעם, שטעלט דער מערבֿ־ברעג מיט זיך איצט פֿאָר אַן אומנאָרמאַלן לאַבירינט פֿון קליינע געגנטן, אָפּגעריסן איינע פֿון דער צווייטער מיט הונדערטער קילאָמעטער מויערן און שטעכיקע דראָטן.