ישׂראלדיקע קולטור־לעבן אַ קרבן פֿון מלחמה מיט „כאַמאַס‟

Israeli Cultural Life Is Hit Hard by the War with Hamas

Contact Point, וואָס ציט יעדעס יאָר צו 5,000 מענטשן, האָט מען געמוזט אָפּלייגן.
Barak Aharon
Contact Point, וואָס ציט יעדעס יאָר צו 5,000 מענטשן, האָט מען געמוזט אָפּלייגן.

פֿון רעניי גערט־זאַנד (Forward)

Published July 13, 2014, issue of August 01, 2014.

ירושלים. — זומערצײַט קומען אין ירושלים, געוויינטלעך, פֿאָר אָן אַ שיעור קולטורעלע אונטערנעמונגען. אָבער זינט „כאַמאַס‟ האָט אָנגעהויבן יעדן טאָג אַרויסשיסן הונדערטער ראַקעטן אויף ישׂראל, האָט מען געמוזט אַנולירן אָדער אָפּלייגן אַ ריי פּאָפּולערע קולטורעלע געשעענישן אין דער ישׂראלדיקער קרוינשטאָט. דעם פֿאַרגאַנגענעם דינסטיק אויף דער נאַכט האָט מען אין ירושלים פּלוצלינג דערהערט די סירענע, און נאָך דעם — דרײַ אויפֿרײַסן. באַלד נאָכן אַטאַק האָבן די אינסטאַנצן געהייסן איבערצורײַסן דעם קאָנצערט מיטן ישׂראלדיקן ראָק־שטערן, בערי סאַכאַראָף, אונטערן פֿרײַען הימל, און מע האָט תּיכּף עוואַקויִרט דעם עולם פֿון 6,000 מענטשן.

די גרויסע אנטערנעמונגען אין דרויסן, וואָס זענען זייער פּאָפּולער אין די קילע ירושימער זומער־אָוונטן, שאַפֿן אַ שווערע פּראָבלעם פֿאַר דער זיכערהייט. יעדעס מאָל וואָס אַן עולם הערט דאָס פֿײַפֿן פֿון דער סירענע, בלײַבט אים, צום מערסטן, אַנדערטהאַלב מינוט צו דערגרייכן אַ מקום־מיקלט. ווי אַ פּועל־יוצא איז כּמעט אוממעגלעך דורכצופֿירן די אונטערנעמונגען אויף אַ זיכערן אופֿן.

צווישן די ירושלימער אונטערנעמונגען, וואָס צה״ל האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך אַנולירט, זענען געווען דער זעקסטער יערלעכער „ירושלימער וווּדסטאַק פֿעסטיוואַל‟, וואָס האָט געזאָלט פֿאָרקומען אינעם „קראַפֿט־סטאַדיאָן‟; אַ קאָנצערט אין דרויסן פֿון דער מזרחי־קאַפּעליע „רביביו־פּראָיעקט‟, און אַ טאַנץ־שׂימחה אין דרויסן בײַם נײַעם לאָקאַל „התּחנה הראשונה‟, אויפֿן אָרט פֿון דער אַלטער ירושלימער באַן־סטאַנציע.

ס׳רובֿ פֿון די אונטערנעמונגען קען מען אָפּלייגן אויף אַן אַנדערן טאָג, אָבער דאָס וועט מסתּמא נישט זײַן מעגלעך מיט Contact Point — דער הויכפּונקט פֿונעם יערלעכן „ירושלימער קולטור־סעזאָן‟, וואָס האָט געזאָלט פֿאָרקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק. די אונטערנעמונג בײַם „ישׂראל־מוזיי‟, וווּ עס טרעטן, געוויינלעך, אויף הונדערטער אַרטיסטן, ציט יעדעס יאָר צו בערך 5,000 מענטשן, און מע האָט זיך געריכט אויף דער זעלבער צאָל מענטשן הײַיאָר.

„מיר קענען פּשוט נישט באַזאָרגן 5,000 מענטשן מיט אַ מקום־מיקלט אין ווייניקער ווי אַנדערטהאַלב מינוט,‟ האָט דערקלערט די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון דעם „ירושלימער קולטור־סעזאָן‟, נעמי בלאָך פֿאָרטיס.

„איידער מיר האָבן באַשלאָסן עס צו אַנולירן, האָבן מיר שטאַרק דעבאַטירט דעם ענין,‟ האָט זי געזאָגט. „פֿון איין זײַט, האָבן מיר געהאַלטן, אַז מיר קענען נישט ממשיך זײַן די אונטערנעמונג, ווען אַ סך פֿון אונדזערע פֿרײַנד און קרובֿים אין אַנדערע טיילן פֿון לאַנד מוזן זיצן אינעם מיקלט, און ווען אַ טייל פֿון די אַרטיסטן און פּערסאָנאַל פֿון מוזיי האָט מען מאָביליזירט.

„פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן מיר אויך נישט געוואָלט, אַז אונדזערע שׂונאים זאָלן באַשטימען ווי אַזוי מיר זאָלן פֿירן אונדזער לעבן. קונסט איז אַזוי וויכטיק, און קען אונדז העלפֿן זען די וועלט אויף אַ נײַעם אופֿן.‟

דער 31סטער ירושלימער קינאָ־פֿעסטיוואַל האָט זיך אָבער יאָ אָנגעהויבן דאָנערשטיק. די פֿײַערדיקע עפֿענונג, וואָס האָט געזאָלט פֿאָרקומען אין דרויסן בײַם „סולטאַן־באַסיין‟, האָט מען אָבער אָפּגעלייגט ביזן 17טן יולי, צוליב זיכערהייט־סיבות. דער הויכפּונקט פֿון דער עפֿענונג וועט זײַן די וועלט־פּרעמיערע פֿון ערן ריקליס׳ פֿילם, „טאַנצנדיקע אַראַבער‟.

דער רעשט פֿונעם פֿעסטיוואַל האָט מען אָבער נישט אַנולירט, האָט דערקלערט די פּירסום־באַאַמטע פֿונעם ירושלימער קינאָ־פֿעסטיוואַל, מיה קרווט. „די קינאָס אינעם ׳ירושלימער קינעמאַטעק׳ זענען גוט־באַוואָרנט קעגן אַטאַקן,‟ האָט זי געזאָגט.