ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published July 14, 2014, issue of August 01, 2014.

די לאָנדאָנער רעזאָלוציע אײנשטימיק אָנגענומען אין אַדעלייד

דער שטאַטישער פּאַרלאַמענט פֿון דרום־אויסטראַליע האָט אײנשטימיק גוטגעהייסן אַ רעזאָלוציע, וואָס שטיצט אונטער די לאָנדאַנער דעקלאַראַציע וועגן באַקעמפֿן דעם אַנטיסעמיטיזם. די דעקלאַראַציע איז צו ערשט אונטערגעשריבן געוואָרן אין בריטאַניע אין פֿעברואַר 2009. דער געוועזענער אויסטראַלישער פּרעמיער-מיניסטער, דזשוליאַ גילאַרד, איז געווען דער ערשטער אויסטראַלישער מלוכה־מאַן וואָס האָט אונטערגעשריבן די דעקלאַראַציע. דאָס איז געשען אין אַפּריל 2013.

מע האָט געמאָלדן די מיטגלידער פֿונעם דרום־אויסטראַלישן פּאַרלאַמענט אין דער שטאָט אַדעלייד, אַז עמעצער האָט אָפּגעריסן דעם מגן-דוד פֿון אַ צווייטנס האַלדז לעצטנס אין אַדעלייד; אַז מע האָט באַשמירט דעם פּלויט פֿון דער האַקניער שיל אין אַדעלייד מיט האַקנקרייצן, און אַז עמעצער האָט געסטראַשעט די מיטגלידער פֿון דער לאָקאַלער קהילה אין אַדעלייד טעלעפֿאָניש. די לאָקאַלע ייִדישע קהילה האָט געלויבט די פּאַרלאַמענטאַריער פֿאַר זייער גוטהייסונג פֿון דער רעזאָלוציע. ווייניקער ווי טויזנט ייִדן וווינען אין אַדעלייד הײַנט-צו-טאָג און די איינציקע ייִדישע טאָגשול אין אַדעלייד האָט זיך פֿאַרמאַכט.

סידנעיער געריכט באַפֿרײַט פֿאַרדעכטיקטן אַנטיסעמיט

דער 26־יעריקער ראָבערט קליפֿאָרד איז אַרעסטירט געוואָרן אין סידנעי און איז אָנגעקלאָגט געוואָרן אין אַ לאָקאַל געריכט אונטערן פֿאַרדאַכט, אַז ער איז באַפֿאַלן פֿינף פֿרומע ייִדן מיט אַ מעסער אויף דער גאַס, פֿרײַטיק דעם 26סטן אָקטאָבער 2013, לעבן באָנדײַ ביטש, אַ לאָקאַלע ייִדישע געגנט. איינער פֿון די געליטענע איז געלעגן צוויי טעג אין שפּיטאָל נאָכן אָנפֿאַל.

קליפֿאָרד האָט זיך דערקלערט אומשולדיק אין געריכט און דער ריכטער האָט אים באַפֿרײַט, ווײַל ער איז נישט געווען זיכער, צי קליפֿאָרד איז טאַקע דער, וואָס איז באַגאַנגען דעם אָנפֿאַל.

דער באַשולדיקטער אין אַ צווייטן אָנפֿאַל איז נישט געמישפּט געוואָרן מיט עטלעכע וואָכן צוריק, ווײַל דער קטיגור האָט געהאַלטן, אַז עס פֿעלט אים אויס גענוג אינפֿאָרמאַציע צו פֿאַרמישפּטן דעם פֿאַרדעכטיקטן. צוויי זיבעצן-יעריקע בחורים, וועלכע האָבן אָנטייל גענומען אינעם צווייטן אָנפֿאַל, זײַנען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין אַ יוגנט-אַנטשטאַלט.

„בני-עקיבֿא‟ טאַדלט אַנטי-פּאַלעסטינישע רייד אויף „פֿייסבוק‟

הרבֿ נועם פּערל
הרבֿ נועם פּערל

דער אויסטראַלישער צווײַג פֿון דער ייִדישער יוגנט-גרופּע „בני-עקיבֿא‟ האָט געטאַדלט דעם אַנטי-פּאַלעסטינישן אָנזאָג, וואָס דער אַלוועלטלעכער גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון בני-עקיבֿא האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אויף זײַן „פֿייסבוק‟־זײַט. נאָך דעם ווי מע האָט אַנטדעקט די מתים פֿון די דרײַ דערמאָרדעטע ישׂראלדיקע יוגנטלעכע אויפֿן מערבֿ־ברעג, האָט ער געפֿאָדערט נקמה. ער האָט גערופֿן די ייִדן צו דערהרגענען מער ווי דרײַ הונדערט פּאַלעסטינער, כּדי צו נעמען נקמה אין די פּאַלעסטינער פֿאַרן מאָרד פֿון די דרײַ ייִדישע בחורים.

דער גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון „בני-עקיבֿא‟ האָט זיך איצט אַנטשולדיקט פֿאַר זײַנע רייד, זאָגנדיק, אַז מע האָט זיי אויסגעטײַטשט פֿאַלש. די פֿירערשאַפֿט פֿון „בני-עקיבֿא‟, אויסטראַליע, האָט געטאַדלט זײַן רוף צו גוואַלד-אַקטן קעגן אומשולדיקע ציווילע לײַט „פֿון יעדן פֿאָלק און רעליגיע‟. די פֿירערשאַפֿט פֿון „בני-עקיבֿא‟ בריטאַניע האָט גערופֿן די אַלוועלטלעכע אָרגאַניזאַציע אָפּצוזאָגן איר גענעראַל-סעקרעטאַר. דערווײַל האָט די אַלוועלטלעכע אָרגאָניזאַציע פֿון „בני-עקיבֿא‟ נאָר געזאָגט, אַז איר פֿירערשאַפֿט וועט זיך צונויפֿקומען במשך פֿון די קומענדיקע פּאָר וואָכן אין מדינת־ישׂראל, כּדי צו באַשטימען, וואָס צו טאָן מיט איר גענעראַל-סעקרעטאַר.

אויסטראַלישע ייִדן טאַדלען דעם מאָרד פֿונעם פּאַלעסטינישן יוגנטלעכן

אויסטראַלישע ייִדן און זייערע אָרגאַניזאַציאָנעלע פֿאָרשטייער האָבן גלײַך געטאַדלט דעם מאָרד פֿונעם פּאַלעסטינישן יוגנטלעכן, וואָס איז פֿאָרגעקומען לעבן ירושלים דעם צווייטן יולי הײַיאָר. די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין קאַנבערע האָט געטאַדלט דעם מאָרד ווי אַן „אַקט פֿון טעראָריזם‟, וואָס שפּיגלט נישט אָפּ „אונדזער ישׂראלדיקן און ייִדישן גײַסט‟. דער פּרעזידענט פֿונעם עקזעקוטיוו-ראַט פֿון אויסטראַלישן ייִדנטום האָט געלויבט דאָס, וואָס די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט געטאַדלט דעם מאָרד און האָט אויך געזאָגט, אַז דער מאָרד איז אַ „מוראדיקער פֿאַרברעכן‟. די ציוניסטישע פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע און אירע שטאַטישע צווײַגן האָבן געלויבט די ישׂראלדיקע פּאָליציי פֿאַר זייער אַרבעט בײַם אַרעסטירן די שולדיקע. די קהילה אין וויקטאָריע האָט אויך געלויבט דאָס, וואָס די שולדיקע זײַנען אַרעסטירט געוואָרן אַזוי גיך. די קהילה אין ניו־סאַוט־וויילס האָט גערופֿן די ישׂראלדיקע געריכטן צו מישפּטן די באַשולדיקטע אויף אַ „געהעריקן‟ אופֿן. די אַנטי-דעפֿאַמאַציע ליגע בײַם „בני־ברית‟ האָט געטאַדלט דעם מאָרד ווי אַן אַקט, וואָס איז „קעגן אַלע אונדזערע ייִדישע ווערטן, וועלכע מיר האַלטן טײַער‟.

דער אויסטראַלישער „ועד הרבנים‟ האָט געטאַדלט דעם מאָרד, זאָגנדיק, אַז ווען אַ ייִד באַגייט אַזאַ אַקט „פֿאַרשעמט ער די גאַנצע ייִדישע קהילה‟. דער פֿאַראיין פֿאַר פּראָגרעסיוון יודאַיִזם האָט דערמאָנט אויף וויפֿל דער מאָרד באַווײַזט „דאָס באַדערפֿעניש צו געפֿינען אַ פּאָליטישע און בשלומדיקע רעזאָלוציע פֿונעם קאָנפֿליקט‟ צווישן מדינת־ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

מוזיק־עסטעדפֿאָד (פֿעסטיוואַל) פֿאַר ייִדישער יוגנט אין וויקטאָריע

דער „בני-ברית‟ האָט געמאָלדן, אַז זײַן יערלעכער מוזיק־עסטעדפֿאָד פֿאַר ייִדישער יוגנט אין וויקטאָריע, וועט פֿאָרקומען אין גיכן, און אַז יונגע ייִדן אין עלטער פֿון פֿינף ביז פֿינף-און-צוואַנציק יאָר, סײַ אינסטרומענטאַליסטן און סײַ וואָקאַליסטן, סײַ יחידים און סײַ גרופּעס, מעגן זיך שוין פֿאַרשרײַבן אָנטיילצונעמען אין דער אונטערנעמונג.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.