דעמאָנסטראַנטן באַלאַגערן אַ פּאַריזער שיל

Protesters Besiege Paris Synagogue

די צענטראַלע פּאַריזער שיל „דון יצחק אַברבנאל‟
די צענטראַלע פּאַריזער שיל „דון יצחק אַברבנאל‟

פֿון ייִט״אַ

Published July 15, 2014, issue of August 01, 2014.

זונטיק, דעם 13טן יולי, האָבן צענדליקער יונגע דעמאָנסטראַנטן, וועלכע האָבן פּראָטעסטירט קעגן די ישׂראלדיקע מיליטערישע אָפּעראַציעס אין עזה, באַלאַגערט אויף אַ קורצער ווײַל די צענטראַלע פּאַריזער שיל „דון יצחק אַברבנאל‟ און אָנגעהויבן אַ געשלעג מיט די וועכטער. אַן עדות פֿונעם אינצידענט האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז לכל־הפּחות דרײַ ייִדן, וואָס האָבן באַוואַכט די שיל, זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און געבראַכט אין שפּיטאָל.

אַלען אַזריִאַ, אַ פֿראַנצויזישער זשורנאַליסט, האָט דערציילט דער ייִט״אַ, אַז אַ גרופּע דעמאָנסטראַנטן האָט זיך אָפּגעטיילט פֿון דער אַנטי־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע און זיך געלאָזט גיין צו דער שיל, וווּ עס האָבן דעמאָלט געדאַוונט בערך 200 מתפּללים. דער זשורנאַליסט האָט איבערגעגעבן, אַז ווען די גרופּע איז צוגעקומען צום שיל־בנין, אויסשרײַענדיק אַנטיסעמיטישע לאָזונגען, האָבן פֿינף פּאָליציאַנטן, צוזאַמען מיט די וועכטער, בלאָקירט דעם אַרײַנגאַנג.

די דעמאָנסטראַנטן האָבן אָנגעהויבן באַוואַרפֿן די שיל און די פּאָליציי מיט פֿאַרשיידענע אָביעקטן. אַ גרופּע ייִדן פֿון די אָרגאַניזאַציעס „ביתר‟ און „ייִדישע שוץ־ליגע‟ איז געקומען צו העלפֿן די פּאָליציאָנטן; דער אינצידענט האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ גאַסן־געשלעג. נאָך עטלעכע פּאָליציאַנטן זענען געקומען צו הילף און פֿאַרטריבן די שלעגער.

אַזריִאַ האָט צוגעגעבן, אַז די צעבושעוועטע דעמאָנסטראַנטן האָבן אויסגעזען ווי עכטע סכּנותדיקע פּאַרשוינען. זינט דעם 8טן יולי, ווען די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט אָנגעהויבן די מיליטערישע אָפּעראַציִע אינעם עזה־פּאַס, זענען אין פֿראַנקרײַך אויסגעבראָכן אַ צאָל אַנדערע אַנטיסעמיטישע אינצידענטן.

אין בעלוויל, אויף צפֿון פֿון פּאַריז, האָט עמעצער געוואָרפֿן אַ פֿײַערפֿלאַש אין אַ שיל. דער בנין האָט נישט געליטן קיין ערסטן היזק. בעת אַן אַנדער אינצידענט, איז אַ 17־יאָריק מיידל באַשפּריצט געוואָרן מיט פֿעפֿער־גאַז.