אַ נײַע רײַזע: באַזעל און פֿרײַבורג

The New Yiddishland: Basel and Freiburg

שפֿרה קופּערמאַן (מיטן ביציקל) מיט דער פּראָפֿעסאָרין תּמר לעוויסנקי אין באַזעל
שפֿרה קופּערמאַן (מיטן ביציקל) מיט דער פּראָפֿעסאָרין תּמר לעוויסנקי אין באַזעל

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published July 16, 2014, issue of August 01, 2014.

הײַנט געפֿינען זיך די דרײַ שטעט — שטראַסבורג, באַזעל און פֿרײַבורג — אין דרײַ פֿאַרשיידענע לענדער — פֿראַנקרײַך, שווייץ און דײַטשלאַנד; אָבער די געשיכטע האָט זיי פֿאַרבונדן. אינעם 14טן יאָרהונדערט האָט מען די ייִדן אין די קהילות באַשולדיקט אין פֿאַרסמען די ברונעמס, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די מגפֿה. די קריסטלעכע מאַסן, צו מאָל קעגן דעם ווילן פֿון די פֿירשטן, האָבן די ייִדן אַטאַקירט, אומגעבראַכט און פֿאַרטריבן. די לעבן־געבליבענע האָט מען געצוווּנגען זיך צו שמדן.

אָבער די ייִדן האָבן זיך צו ביסלעך אומגעקערט און אויפֿגעבויט קהילות אויף ס’נײַ. אינעם 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָבן באַזעל און די אַנדערע גרעסערע שטעט אין דער שווייץ — ציריך און בערן, צוגעצויגן צו זיך די רוסיש־ייִדישע עמיגראַנטן, רעוואָלוציאָנערן און אינטעלעקטואַלן, וועלכע האָבן שטודירט אין די אוניווערסיטעטן און אָרגאַניזירט זייערע פּאָליטישע אַקטיוויטעטן. אָפֿט מאָל זענען זיי צוריקגעפֿאָרן קיין צאַרישן רוסלאַנד ווײַטער צו פֿירן דעם קאַמף.

פּראָפֿ’ תּמר לעווינסקי פֿונעם „צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס” בײַם באַזעלער אוניווערסיטעט האָט געפֿאָרשט די טעמע און מיטרעדאַגירט אַ באַנד וועגן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן אין דער שווייץ. זי קען גוט ייִדיש און פֿירט אָן מיט קורסן וועגן ייִדיש און דער ייִדישער מיזרח־אייראָפּעיִשער קולטור און געשיכטע. אינעם זעלביקן אוניווערסיטעט לערנט ייִדיש די דאָקטאָראַנטקע שפֿרה קופּערמאַן.

אַ דאַנק דער פֿאַרבעטונג פֿון ד”ר לעווינסקי צו האַלטן די יערלעכע „לעאָ אַביש לעקציע‟, בין איך געקומען אין דער שטאָט, וועלכע האָט געשפּילט אַ ראָלע אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. אין באַזעל איז אַרויס אין 1602 די קלאַסישע זאַמלונג פֿון מעשׂיות אויף ייִדיש — „דאָס מעשׂה־בוך‟. פֿיר הונדערט יאָר שפּעטער, אין 1920, איז דערשינען נאָך אַ זאַמלונג פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר — דער פֿאָלקלאָריסט עמנואל אָלשוואַנגערס ערשטע אויסגאַבע פֿון זײַנע זאַמלונגען אונטערן טיטל „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟. שפּעטער איז אָלשוואַנגער, אַ ליטוואַק, וואָס האָט געוווינט אין דער שווייץ, באַקאַנט געוואָרן פֿאַר זײַנע צוויי בענד וויצן און מעשׂה־זאַמלונגען „רויטע פּאָמעראַנצן‟ און „לחיים‟, געדרוקט אויף ייִדיש, אָבער מיט לאַטײַנישע אותיות.

קופּערמאַן האָט מיך פֿאַרבעטן צו רעדן מיט איר קליינעם ייִדיש־קלאַס וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟ אויף ייִדיש. נאָך דעם האָט זי מיך געפֿירט צום האָטעל, וווּ טעאָדאָר הערצל איז אײַנגעשטאַנען בעת דעם ערשטן ציוניסטישן קאָנגרעס אין באַזעל, אין 1897. אין דער אוניווערסיטעטישער ביבליאָטעק, האָב אין די הענט געהאַלטן דאָס אָריגינעלע „מעשׂה־בוך‟.

איך האַלט דאָס מעשׂה־בוך פֿון 1602 אין דער באַזעלער ביבליאָטעק
איך האַלט דאָס מעשׂה־בוך פֿון 1602 אין דער באַזעלער ביבליאָטעק

מײַן האָטעל האָט זיך געפֿונען לעבן דער „טויטן־טאַנץ‟־גאַס; אַ דערמאָנונג, ווי אַלט ס’איז די שטאָט באַזעל. יעדעס הויז דאָרטן האָט מען געבויט אינעם 14טן און 15טן יאָרהונדערט, נישט שפּעטער. אין אַמעריקע, ווען סע רעדט זיך וועגן אַן „אַלט‟ הויז, האָט מען אין זינען דעם 19טן יאָרהונדערט, און איין מאָל אין אַ יובֿל — דעם 18טן יאָרהונדערט.

איך בין ווײַטער געפֿאָרן קיין פֿרײַבורג נישט צו האַלטן קיין לעקציע, נאָר צו פֿאָרשן אינעם „דײַטשן פֿאָלקסליד־אַרכיוו‟, וואָס האָט געפּראַוועט הײַיאָר אין מײַ זײַן 100סטן געבוירן־יאָר. ביז לעצטנס איז דער אַרכיוו געווען אַן אומאָפּהענגיקע אינסטיטוציע, אָבער הײַנט האָט ער זיך פֿאַרבונדן מיטן פֿרײַבורגער אוניווערסיטעט. אַזוי ווי ייִדיש איז אַ דײַטשער דיאַלעקט אין די אויגן פֿון די גערמאַניסטן, האָט מען אויך געזאַמלט ייִדישע לידער אינעם אַרכיוו, און במשך פֿון דרײַ שעה האָב איך זיך באַקענט מיט די מאַטעריאַלן, וועלכע האָבן אַרײַנגענומען סײַ לידער פֿון מיזרח־אייראָפּע, סײַ לידער אויף „מערבֿ־ייִדיש‟ פֿון דער שווייץ.

אין פֿרײַבורג האָב איך זיך באַגעגנט מיט פּראָפֿ’ אַנאַ ליפּהאַרדט, וועלכע האָט שטודירט ייִדיש און געשריבן וועגן ווילנער ייִדן אין גלות פֿון אַן אַנטראָפּאָלאָגישן קוקווינקל. כאָטש זי באַטראַכט זיך נישט ווי קיין ייִדישיסט, איז זי צווישן די בעסטע ייִדיש־קענערס אין דער שטאָט.

דער מחבר מיט קאַטאַרינאַ מוטער (לינקס) און פּראָפֿעסאָרין אַנאַ ליפּאַרדט
דער מחבר מיט קאַטאַרינאַ מוטער (לינקס) און פּראָפֿעסאָרין אַנאַ ליפּאַרדט

צום ערשטן מאָל אויף מײַן נסיעה האָב איך נישט געהאַט וווּ אײַנצושטיין, האָב איך זיך געווענדט צו מײַנע חבֿרים אויפֿן „פֿייסבוק‟, און זיי האָבן מיר געלאָזט וויסן, אַז די קלעזמער־מוזיקערין קאַטאַרינאַ מוטער וווינט מיט איר מאַן אין אַ דאָרף 10 קילאָמעטער מחוץ פֿרײַבורג. מיט יאָרן פֿריִער זענען קאַטערינאַ און איר מוזיקאַלישע פּאַרטנערין ראָזוויטאַ דאַשבײַ אײַנגעשטאַנען בײַ אונדז אין בראָנקס, האָב איך אַרויסגעקוקט אויף אונדזער צוזאַמענקום. מיר זענען געפֿאָרן צו איר אַהיים אין דאָרף, נאָך דעם ווי איך האָב פֿאַרענדיקט מײַן פֿאָרש־אַרבעט אינעם פֿאָלקסליד־אַרכיוו.

לאַנג לעבן זאָלן די דערפֿער פֿון דער וועלט! סײַ אין עלזאַס, סײַ אין פֿרײַבורג האָב איך פֿאַרבראַכט צווישן די בעסטע שעהען פֿון דער רײַזע. קאַטערינע און איר מאַן האָבן אָפּגעקאָכט אַ וועטשערע מיט ווײַסן שפּאַרגל. דאָס איז נישט געווען קיין קלייניקייט — פֿון דעם שפּאַרגל האָט מען איבער גאַנץ אייראָפּע געמאַכט אַ גאַנצן צימעס. קאַטאַרינאַס קיך־פֿענצטער האָט אַרויסגעקוקט אויף הונדערטער אַקער ווײַנגערטנער, און אין דער פֿינצטער אין אָוונט זענען מיר געגאַנגען אויף אַ שפּאַציר צום שכנישן דאָרף דורך די ווײַנטרויבן מיט דער פֿולער לבֿנה איבער אונדזערע קעפּ.