פֿאַרוואָס איז דער נײַער עזה־קאָנפֿליקט אַנדערש?

How is This Gaza Conflict Different?

די שוץ־סיסטעם „כּפּת־ברזל‟ שיסט אַרויס אַ קאָנטער־ראַקעט דעם 14טן יולי
David Buimovitch/Flash 90
די שוץ־סיסטעם „כּפּת־ברזל‟ שיסט אַרויס אַ קאָנטער־ראַקעט דעם 14טן יולי

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published July 15, 2014, issue of August 01, 2014.

דינסטיק, דעם 15טן יולי, האָט מען איבערגעגעבן, אַז דער ערשטער ישׂראלדיקער קרבן פֿונעם איצטיקן מיליטערישן קאָנפֿליקט מיט „כאַמאַס‟, אַ 37־יאָריקער ציווילער מאַן, איז דערהרגעט געוואָרן אין אַ ראַקעט־אַטאַק.

במשך פֿון דער פֿאָריקער וואָך, איז ישׂראל אַטאַקירט געוואָרן מיט אַ טויזנט ראַקעטן. נישט געקוקט אויפֿן אינטענסיוון וואָך־לאַנגן קאָנפֿליקט, מײַדט ישׂראל פֿאָרט אויס ערנסטע קרבנות.

אין אַ סך אַספּעקטן, שיידט זיך נישט די הײַנטיקע ישׂראלדיקע מיליטערישע אָפּעראַציע פֿון די אַנדערע צוויי, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט אין עזה־פּאַס במשך פֿון די לעצטע 6 יאָר. בעת דעם איצטיקן קאָנפֿליקט, האָט ישׂראל אַטאַקירט כּמעט 1,500 אָביעקטן אינעם ראַיאָן. מאָנטיק, דעם 14טן יולי, האָט מען איבערגעגעבן, אַז בעת די באָמבאַרדירונגען זענען אומגעקומען 175 פּאַלעסטינער.

ס׳איז אָבער יאָ פֿאַראַן אַ גרויסער חילוק, אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע אַנדערע מיליטערישע קאָנפֿליקטן אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד. הגם די נײַסטע ראַקעטן פֿון „כאַמאַס‟ קאָנען דערגרייכן לענגערע דיסטאַנצן, האָט די שוץ־סיסטעם „כּפּת־ברזל‟ איבערגעכאַפּט 90 פּראָצענט פֿון זיי; די אַלאַרעם־סירענעס און מיקלט־ערטער האָבן באַשיצט די תּושבֿים פֿון די ישׂראלדיקע שטעט פֿון די אַטאַקן.

די שוץ־סיסטעם איז צום ערשטן מאָל אויסגענוצט געוואָרן בעת אַ קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟ אינעם יאָר 2012. דעמאָלט זענען אומגעקומען 6 ישׂראלים; 5 פֿון זיי זענען געוואָרן קרבנות פֿון די ראַקעט־אַטאַקן. זינט דעמאָלט, האָט די סיסטעם זיך ווײַטער אַנטוויקלט. הײַנט האָט „כאַמאַס‟ אָבער נישט געקאָנט ברענגען קיין גרויסן היזק. הגם איין ישׂראלי איז אומגעקומען און נאָך זענען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן פֿון די ראַקעטן, פֿירן ס׳רובֿ תּושבֿים פֿונעם לאַנד ווײַטער אַ געוויינטלעך נאָרמאַל לעבן.

די איינציקע שטאָט, וווּ די סיסטעם קאָן נישט באַשיצן די תּושבֿים פֿון די אַטאַקן, איז שׂדרות, וואָס געפֿינט זיך בלויז אַ קילאָמעטער פֿון דער עזה־גרענעץ; די אָרטיקע תּושבֿים מוזן זיך אויסבאַהאַלטן במשך פֿון 15 סעקונדעס נאָך דער סירענע.

זונטיק, דעם 13טן יולי, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, געמאָלדן בעת אַ זיצונג פֿונעם מיניסטאָרן־קאַבינעט, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי אַטאַקירט „כאַמאַס‟ מיט אַלץ גרעסערע כּוחות, און אַז אַחוץ דעם „אײַזערנעם קופּאָל‟ נייטיקט זיך ישׂראל אויך אין אַן „אײַזערנער דיסציפּלין‟. די רעגירונג, בראָש מיטן פּרעמיער, קלײַבט זיך צו באָמבאַרדירן דעם עזה־פּאַס ווײַטער, כּדי צו צעשטערן אַלע ראַקעטן און צו ווײַזן ווידער, אַז ישׂראל האָט דעם גרעסטן מיליטערישן כּוח אינעם ראַיאָן.

אין די פֿריִערדיקע מלחמות, זענען די אומגעקומענע סאָלדאַטן און ציווילע לײַט געווען אַ וויכטיקער עלעמענט פֿון דער נאַציאָנאַלער דערפֿאַרונג. אַלון דוידי, דער מעיאָר פֿון שׂדרות, האָט גערופֿן ווײַטער צו באָמבאַרדירן דעם עזה־פּאַס, כּל־זמן דער „כאַמאַס‟־אַרסענאַל וועט נישט אינגאַנצן צעשטערט ווערן. דווידי האָט צוגעגעבן, אַז די נײַע „כאַמאַס‟־ראַקעטן, וואָס קאָנען דערגרייכן אַ לענגערן מהלך, האָבן געגעבן די תּושבֿים פֿון אַנדערע שטעט צו פֿאַרשטיין דאָס סכּנותדיקע לעבן אין זײַן שטאָט. פֿון דער צווייטער זײַט, דערמעגלעכט די מעכטיקע שוץ־סיסטעם דורכצופֿירן ישׂראלדיקע מיליטערישע אָפּעראַציעס אָן אַזאַ גרויסער סכּנה, ווי פֿריִער.

עמיחי כּהן, אַ פֿאָרשער פֿונעם „ישׂראלדיקן אינסטיטוט פֿאַר דעמאָקראַטיע‟, האָט אָבער באַמערקט, אַז „כּפּת־ברזל‟ קאָן ברענגען ישׂראל אַ פּאָליטישן היזק, צוליב דעם אומסימעטרישן מצבֿ פֿון די צדדים. אין פֿאַרגלײַך מיט די אײַנוווינער פֿון עזה, איז די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג עפֿעקטיוו באַשיצט פֿון די אַטאַקן. אין אַזאַ מצבֿ, וועט די וועלט פֿאָדערן פֿון צה״ל אַ גרעסערע פֿאַראַנטוואָרטלעכקייט פֿאַר זייערע אַקציעס.