שטערן פֿון מיטל־מיזרחדיקע לימודים — אויסגעלאָשן

Prizewinning Professor of Middle East Studies Has Died

ד”ר פֿואַד אַדזשאַמי
ד”ר פֿואַד אַדזשאַמי

פֿון שבֿע כּהן

Published July 17, 2014, issue of August 01, 2014.

דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז געשטאָרבן פֿון אַ ראַק איינער פֿון די הויפּט־פֿיגורן אין דער מאָדערנער אַראַבישער פּאָליטיק און געשיכטע, איינער פֿון מײַנע פּראָפֿעסאָרן, ד”ר פֿואַד אַדזשאַמי. ד”ר אַדזשאַמי האָט געהאַט אַ שם פֿון אַ פּאָליטישן קאָנסערוואַטאָר, אָבער — און דאָס איז געווען וויכטיק — ווי אַ שטיצער פֿון מיטל־מיזרחדיקער דעמאָקראַטיע אין אַ וועלט פֿון פּאָסט-מאָדערניסטן און סקעפּטיקער. זײַן חלום איז נאָך נישט פֿאַרווירקלעכט געוואָרן.

פּראָפֿ’ אַדזשאַמי איז געבוירן געוואָרן אין אַ קליינעם דאָרף אין דרום־לבֿנון און דערצויגן אין דער הויפּטשטאָט ביירוט. אין די 1970ער יאָרן, נאָך דער פֿאַראייניקונג צווישן עגיפּטן און סיריע, פֿלעג ער, אַ יונגער בחור, פֿאָרן לאַנגע שעהען מיט אַן אויטאָבוס קיין סיריע, צו הערן די גרויסע רעדעס פֿון דעם עגיפּטישן פּרעזידענט גאַמאַל אַבדעל-נאַסער. דעמאָלט האָט נאַסער און זײַן פּאַן-אַראַביזם פֿאַרפֿלאַנצט אַ גרויסע האָפֿענונג אין דער אַראַבישער וועלט; די ערשטע געלעגנהײט זינט די מדינות זײַנען געוואָרן אומאָפּהענגיק, צו שאַפֿן אַן אייגענע פּאָליטישע ווירקלעכקייט. צום סוף אָבער, האָט נאַסער אַנטוישט זײַנע חסידים. עגיפּטן איז געוואָרן אַ דיקטאַטור צוזאַמען מיט איראַק, וואָס האָט אַדורכגעמאַכט אַ בלוטיקע רעוואָלוציע קעגן דעם קעניג אונטער דער השפּעה פֿון נאַסעריזם. יאָרן שפּעטער האָט פּראָפֿ’ אַדזשאַמי באַשריבן דעם פּאַן-אַראַביזם ווי „סוניטישע מלוכהשאַפֿט, אָנגעטאָן אין סעקולערע קליידער.‟

אין יאָר 1963, צו אַכצן יאָר, איז פּראָפֿ’ אַדזשאַמי אָנגעקומען קיין אַמעריקע. די באַגעגעניש מיט די אַמעריקאַנער ווערטן, צוזאַמען מיט דער אַנטוישונג פֿון פּאַן-אַראַביזם האָבן געווירקט אויף זײַנע פּאָליטישע דעות אַ גאַנץ לעבן. עס איז אפֿשר אויך כּדאַי צו באַמערקן, אַז פּראָפֿ’ אַדזשאַמי איז געבליבן אַ פֿאַרברענטער פֿאַרערער פֿון דער עגיפּטישער זינגערין אום-קולסום, וואָס איז געווען בײַ אים נישט בלויז אַ סימבאָל פֿון דער דעמאָלטדיקער צײַטגײַסט, נאָר אויך אַ סימבאָל פֿון דעם, וואָס די אַראַבער רופֿן עס „קלאַסישע מוזיק‟, אין פֿאַרגלײַך מיט די הײַנטיקע „פּאָפּ‟־לידער פֿון לבֿנון (אין אַנדערע אַראַבישע לענדער איז שוין לאַנג נישטאָ קיין קולטור פֿון מוזיק) מיט זיסלעך־סענטימענטאַלע טיטלען, ווי „שיק מיר אַ בליצ-בריוו”.

זײַנע האָפֿענונגען פֿון אַ מאָדערנעם, דעמאָקראַטישן מיטל־מיזרח זײַנען אויפֿגעלעבט געוואָרן נאָך דער מלחמה אין איראַק, אין 2003. ווי אַ היסטאָריקער, האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז אַמעריקע איז נישט קיין אימפּעריע פֿונעם אייראָפּעיִשן שניט, און זי וויל נישט זײַן קיין אימפּעריע. ער האָט אויך געהאַלטן, אַז די דיקטאַטורן אין מיטל־מיזרח זײַנען צו שטאַרק און צו ברוטאַל, מע זאָל זיי קאָנען איבערקערן אָן דער הילף פֿון אַנדערע מדינות. צוליב אָט דער שטיצע איז ער געוואָרן אַ שׂונא פֿון דער אַקאַדעמיע און פֿון דעם פּאָסט-פּאָסט צײַטגײַסט, וואָס הערשט דאָרט.

די שפּאַלטונג צווישן פּראָפֿ’ אַדזשאַמי און דער אַקאַדעמיע איז קיין מאָל נישט גובֿר געוואָרן. די פּאָסט-מאָדערניסטן און מאַרקסיסטן, וואָס הערשן אין די אוניווערסיטעטן, האָבן אים געמאַכט מיט בלאָטע גלײַך און גערופֿן אים אַ מוסר. אָבער פּראָפֿ’ אַדזשאַמי האָט קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן וועגן דעם פּרינציפּ פֿון דרך-ארץ, און האָט ממשיך געווען צו זאָגן זײַנע דעות אויף זײַנע קורסן אין דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט, און אין זײַנען אַרטיקלען אינעם „וואָל סטריט דזשורנאַל‟. אַפֿילו ווען די מלחמה איז געוואָרן נישט פּאָפּולער האָט ער קיין מאָל נישט פֿאַרדרייט די יוצרות: ער האָט באַטאָנט דעם חילוק צווישן וויפֿל מען איז מצליח אין דער מלחמה, און ווי ווײַט זי איז באַרעכטיקט.

ד”ר אַדזשאַמי איז געווען מײַן פּראָפֿעסאָר, ווען דער אַראַבישער פֿרילינג האָט אויסגעבראָכן. איך געדענק נאָך אַלץ זײַן באַגײַסטערונג, בשעת ער האָט גערעדט וועגן דער רעוואָלוציע אין עגיפּטן און זײַן אומגעדולד פֿאַרן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וואָס האָט רעאַגירט צו פּאַמעלעך, לויט זײַן, אַדזשאַמיס, פֿאַרשטאַנד צו שטיצן די דעמאָנסטראַנטן אין מיידאַן טאַכריר. אַז איך האָב אַרויסגעוויזן מײַן זאָרג מכּוח די קאָפּטן (מײַנע ווערטער זײַנען געווען: „אויב עגיפּטן וואָלט נאָך געהאַט ייִדן וואָלטן זיי געהאַלטן זייער שלעכט, און דעריבער, מיין איך, אַז אויך די קריסטן וועלן איצט פֿאַלן אַ קרבן‟), האָט ער מיך געטאַדלט, אַז איך בין צו יונג צו זײַן אַזוי ציניש. די לייענער פֿון מײַנע אַרטיקלען זעען, אַז זײַן מוסר זאָגן האָט געהאָלפֿן, ווי אַ טויטן באַנקעס.

אין דער זעלבער צײַט האָט ער אונדז געוואָרנט, אַז מיר זאָלן וואַרטן אויף דער קעגן-רעוואָלוציע, וואָס גייט פּרוּוון צוריקציִען דאָס רעדל. ווי ס‘איז קלאָר הײַנט, האָט דאָס מיליטער צוריקגענומען די מאַכט אין עגיפּטן; אין צפֿון־אַפֿריקע און אין סיריע הערשט א הפֿקרות, און די קולות פֿון די רעבעלן ווערן פֿאַרשטומט אין די בלוטיקע קריגערײַען צווישן די איסלאַמיסטן און סאַלאַפֿיסטן. מען קען נאָר האָפֿן, אַז ד”ר פֿואַד אַדזשאַמי איז געווען גערעכט: אויך אין מיטעלן־מיזרח וועט אַמאָל קומען דעמאָקראַטיע.