סטודענטן אין באר־שבֿע העלפֿן געליטענע

Beersheba Students Facing Rockets with Locals

אַ סטודענטקע שפּילט זיך מיט די קעמפּערס פֿון אַ טאָג־לאַגער, וואָס סטודענטן האָבן אויפֿגעשטעלט לטובֿת קינדער פֿון די שפּיטאָל־אַרבעטער אין באר־שבֿע
Ben Sales
אַ סטודענטקע שפּילט זיך מיט די קעמפּערס פֿון אַ טאָג־לאַגער, וואָס סטודענטן האָבן אויפֿגעשטעלט לטובֿת קינדער פֿון די שפּיטאָל־אַרבעטער אין באר־שבֿע

פֿון ייִט״אַ

Published July 17, 2014, issue of August 01, 2014.

הגם די קלאַסן אינעם „בן־גוריון אוניווערסיטעט‟ אין באר־שבֿע האָבן זיך שוין פֿאַרענדיקט, זענען הונדערטער סטודענטן פֿאַרבליבן אינעם דרום־טייל פֿון לאַנד, כּדי צו העלפֿן די אײַנוווינער, וועלכע ווערן טאָג און נאַכט באַדראָט פֿון ראַקעט־אַטאַקן פֿון עזה.

די פֿרײַוויליקע אַרבעטער העלפֿן אַרויס אין שפּיטאָלן; זיי ברענגען מאָלצײַטן צו עלטערע און קראַנקע לײַט אין זייערע היימען, און גיבן עמאָציאָנעלע שטיצע די טראַוומאַטיזירטע פֿון די אַטאַקן.

דער אוניווערסיטעט פֿירט שוין לאַנג אַ קאַמפּאַניע איבערצוצײַגן די סטודענטן צו דערלאַנגען אַ האַנט די אָרטיקע קהילות און דערבײַ העלפֿן פֿאַרבעסערן באר־שבֿע בכלל. די אַדמיניסטראַציע טיילט אויס סובסידיעס צו די סטודענטן, וועלכע אַרבעטן מיט די אָרעמסטע אײַנוווינער, און באַזאָרגט די יונגע וואָלונטירן מיט ביליקע דירות אין די אָפּגעפֿאָרענע געגנטן אין צענטער שטאָט.

לויטן ישׂראלדיקן געזעץ, מוזן די שפּיטאָל־אָנגעשטעלטע בלײַבן בײַ דער אַרבעט בשעת אַ קריזיס, אָבער דאָס האָט לעצטנס געשאַפֿן שוועריקייטן פֿאַר די אַרבעטער מיט קינדער, ווײַל אַ סך פֿון די טאָג־לאַגערן זענען אַנולירט געוואָרן צוליב די ראַקעטן־אַטאַקן. האָבן די מעדיצינישע סטודענטן פֿון „בן־גוריון‟ געגרינדעט אַ טאָג־לאַגער פֿאַר בערך 250 קינדער פֿון שפּיטאָל־אַרבעטער.

די סטודענטן העלפֿן אויך צו עוואַקויִרן די שפּיטאָל־פּאַציענטן אין אַ מקום־מיקלט נאָכן אַלאַרם פֿון דער סירענע.

„איך וויל אָנהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיטן אָרט, וווּ איך וווין,‟ האָט באַמערקט די וואָלונטירין, נוע פּני־גיל, אַ 24־יאָריקע פּעדאַגאָגיק־סטודענטקע. „כ׳וויל נישט אַנטלויפֿן קיין תּל־אָבֿיבֿ יעדעס מאָל, וואָס ס׳איז דאָ אַ צרה.‟