חיים גראַדעס אַרכיוו אַנטפּלעקט

Chaim Grade‘s Archive Revealed

חיים גראַדע און אינע העקער־גראַדע
חיים גראַדע און אינע העקער־גראַדע

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 18, 2014, issue of August 15, 2014.

אינעם הויפּט־זאַל פֿונעם „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟ אין ניו־יאָרק האָט זיך זונטיק, דעם 13סטן יולי, פֿאַרזאַמלט אַן עולם, כּדי צו הערן די לעצטע ידיעות וועגן דעם נײַסטן עזבֿון בײַם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט: „דער חיים גראַדע־ און אינע העקער־גראַדע־אַרכיוו‟. די אונטערנעמונג, וואָס איז געווען אין גאַנצן אויף ייִדיש, האָט אײַנגעאָרדנט דער „ייִוואָ‟־אינסטיטוט צוזאַמען מיט דער „ייִדיש־ליגע‟ ווי אַ פּראָגראַם אין אָנדענק פֿון ד׳׳ר מרדכי און טשאַרנע שעכטער.

זינט אינע העקער־גראַדע, די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, איז געשטאָרבן אין מײַ 2010 צו 85 יאָר, האָט מען געוואַרט מיט אומגעדולד צו הערן וועגן דעם אינהאַלט פֿון די פֿאַרשידענע פּאַפּירן, מאַנוסקריפּטן, קאָרעספּאָנדענץ און אַנדערע חפֿצים, וואָס זענען יאָרצענדליקער געלעגן בײַ איר אין דירה. צוליב איר מאָדנעם, עקשנתדיקן אויפֿפֿיר בעת די 28 יאָר נאָך חיים גראַדעס טויט האָט אינע העקער־גראַדע געמאַכט עס כּמעט אוממעגלעך, אַז פֿאָרשער, איבערזעצער און פֿאַרלעגער זאָלן האָבן צוטריט צו איר מאַנס ווערק. צי דאָס איז געווען בכּיוון, צי דאָס איז געווען נאָר צוליב דעם פּחד, אַז קיין איבערזעצער איז ניט פֿעיִק צו אַרבעטן מיט איר מאַנס ווערק, בלײַבט נאָך אַלץ אַן אָפֿענע פֿראַגע. כּמעט אַלע זענען אָבער בײַ דער מיינונג, אַז אינע העקער־גראַדע האָט טאַקע פֿאַראָרעמט חיים גראַדעס ליטעראַרישן שם צוליב דעם, וואָס זי האָט ניט געלאָזט, מע זאָל אָפּדרוקן זײַנע ביכער אָדער אַפֿילו אָפּהאַלטן אַ קאָנפֿערענץ וועגן זײַן לעבן און שאַפֿן. אַזוי אַרום איז פֿאַרן ברייטערן עולם די פּראָגראַם געווען די ערשטע געלעגנהייט, זיך צו דערוויסן, וואָס חיים גראַדע האָט איבערגעלאָזט נאָך זײַן פּטירה.

גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט, די פֿאָרזיצערין פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟, ווי אויך פֿון דער פּראָגראַם, האָט געגעבן דעם עולם צו פֿאַרשטיין, ווי אַזוי זי האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם, אַז גראַדעס אַרכיוו ליגט אין אַ בראָנקסער דירה, איבערגעלאָזט אויף הפֿקר. אַליין אַ מעדיצינישע קאָנסולטאַנטקע, האָט איר אַ דאָקטער, וואָס האָט געוווּסט, אַז זי האָט אַ פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש, געלאָזט וויסן, וועגן אַ פּאַציענטקע זײַנער, וועלכע ליגט אין שפּיטאָל, אַן אַלמנה פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, וואָס האָט געהייסן „גרייד‟. ווישוואַנאַט האָט זיך געכאַפּט, אַז עס האַנדלט זיך גאָר וועגן חיים גראַדע און געלאָזט וויסן אירע ייִדישיסטישע קאָלעגעס, וואָס האָבן זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיטן בראָנקסער ביוראָ פֿון צוואָות און נחלאָות. נאָך אַ קאָמפּליצירטן יורידישן פּראָצעס איז, סוף־כּל־סוף, געלונגען דעם „ייִוואָ‟ און דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל אָפּצוקויפֿן די מאַטעריאַלן.

גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט האָט ווײַטער דערקלערט, אַז חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין אַפּריל 1982 אין מאָנטאָפֿיאָרע־שפּיטאָל אין די בראָנקס, און די ייִדישיסטישע וועלט איז געווען געפּלעפֿט, ווײַל קיינער האָט ניט געוווּסט, אַז ער איז געווען אַזוי קראַנק. (כאָטש ד׳׳ר צוקער האָט דיפּלאָמאַטיש ניט דערמאָנט די סיבה פֿאַר וואָס, איז עס אויך געווען צוליב אינע העקער־גראַדע; זי האָט ניט געלאָזט וויסן גראַדעס פֿרײַנט און קאָלעגעס, אַז דער גרויסער שרײַבער איז קראַנק. נאָך מער: זי האָט קיינעם ניט געלאָזט וויסן, אַז ער איז געשטאָרבן, זיי זאָלן ניט קומען אויף דער לוויה).