אַ געשיכטע פֿון ייִוואָ

A history of YIVO

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published July 18, 2014, issue of August 15, 2014.

דאָס וואָרט „ייִדישיסט‟ האָט הײַנט אָפֿט מאָל דעם טײַטש פֿון „אַ מענטש וואָס האָט ליב ייִדיש‟. אָבער מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, ווי אויך אין משך פֿון אַ היפּש ביסל ווײַטערדיקע יאָרצענדליק, האָט מען געמיינט עפּעס אַנדערש, דהײַנו: „ייִדישיסט‟ איז געווען אַ מענטש, וואָס האָט ניט נאָר ליב געהאַט ייִדיש, אָבער געחלומט וועגן אַ ייִדיש-רעדנדיקער נאַציע, בדרך-כּל, להיפּוך צו דעם ציוניסטישן העברעיִש-רעדנדיקן חלום (הגם אין אייניקע מוחות פֿלעגן ביידע פּראָיעקטן זיך יאַקאָס בשלום אײַנלעבן). ייִדישיזם האָט געהאַט אַ סך איבערגעגעבענע חסידים, אָבער קיין אמתע פֿאַראייניקטע מאַסן-באַוועגונג האָט די דאָזיקע אידעאָלאָגיע ניט געבראַכט אויף דער וועלט, כאָטש די צאָל ייִדישיסטישע גרופּירונגען און אָרגאַניזאַציעס איז געווען אַ ממשותדיקע.

דער אינסטיטוט ייִוואָ איז, בלי-ספֿק, איינע פֿון די וויכטיקסטע אינסטיטוציעס, אויב ניט די סאַמע וויכטיקע, אין דער געשיכטע פֿון ייִדישיזם. אין אַ יאָר אַרום וועט דער אינסטיטוט אָפּמערקן זײַן 90סטן יוביליי. אָבער דער בן-תּישעים ווײַזט ניט אַרויס קיין שום סימנים פֿון אָפּגעלעבטקייט. מיר איז עס גוט באַקאַנט, ווײַל איך בין דאָרטן אַן אָפֿטער גאַסט. גלײַכצײַטיק, האָט דער הײַנטיקער ייִוואָ אַ קנאַפּן שײַכות צו דער אידעאָלאָגיע פֿון ייִדישיזם, וועלכע האָט געשאַפֿן דעם יסוד פֿאַרן אינסטיטוט אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן עקזיסטענץ, ווען בײַ זײַן רודער זײַנען נאָך געשטאַנען די קדמונים פֿון ייִדישיזם, ראשית-דבֿר, מאַקס ווײַנרײַך, די צענטראַלע פֿיגור אין דער ייִדישער וויסנשאַפֿט.

וועגן דער ערשטער תּקופֿה פֿון דער ייִוואָ-געשיכטע — פֿון דער שאַפֿונג פֿונעם אינסטיטוט ביזן אונטערגאַנג פֿון זײַן ווילנער צענטער אין יאָר 1939, נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה — דערציילט דאָס געראָטענע בוך פֿון צירל קוזניץ (Cecile Esther Kuznitz):YIVO and the Making of Modern Jewish Culture. מאַקס ווײַנרײַך איז ניט דער איינציקער העלד פֿון דעם טיף-דורכגעטראַכטן און דאָקומענטאַל-באַזירטן היסטאָרישן נאַראַטיוו, אָבער ער שפּילט, פֿאַרשטייט זיך, די הויפּט-ראָלע אין דעם סיפּור-המעשׂה — אַזוי, ווי דאָס איז געווען אין דעם רעאַלן לעבן. ס‘איז קלאָר, אַז אָן דעם מענטש, וועלכער האָט פֿאַרקערפּערט אין זיך אויסערגעוויינטלעכע כּישרונות פֿון אַ געלערנטן, אידעאָלאָג און אָרגאַניזאַטאָר, וואָלט דער אינסטיטוט קיין אַריכות-ימים ניט געהאַט.

אינטערעסאַנט, אַז ווײַנרײַך איז תּחילת געווען כּמעט אַ זײַטיקער מענטש. דער געדאַנק אַליין צו שאַפֿן אַזאַ אַקאַדעמישן צענטער האָט זיך דאָך אויסגעפּיקט, דער עיקר, אין דער סבֿיבֿה פֿון די טוער, וועלכע האָבן געשפּילט פֿאַרשיידענע ראָלעס אין קיִעוו, אין דער צײַט, ווען דאָרטן איז אויף אַ קורצער ווײַלע גלײַך ווי מקוים געוואָרן די ייִדישע אויטאָנאָמיע. דאָרטן טאַקע, אין קיִעוו, האָט זיך באַוויזן די „קולטור-ליגע‟, וואָס האָט געפּרוּווט צו רעאַליזירן כּלערליי ייִדישיסטישע פּראָיעקטן. באַנאַנד מיט אַזעלכע טוער ווי נחום שטיף, אליהו טשעריקאָווער און יעקבֿ לעשצינסקי, איז ווײַנרײַך געווען אַ פּנים-חדשות, אַ פֿריש-אָפּגעבאַקענער דאָקטאָר פֿון דעם מאַרבורגער אוניווערסיטעט, וואָס האָט אַפֿילו ניט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן דאָקטאָר-אַרבעט, און דערפֿאַר איז (לויט די דײַטשישע תּקנות) קיין „גאַנצער דאָקטאָר‟ ניט געווען. די חיונה האָט ער געצויגן פֿון „פֿאָרווערטס‟, פֿון דרוקן אין דער צײַטונג אַרטיקלען, וועלכע זײַנען זייער געפֿעלן געווען דעם שטרענגן רעדאַקטאָר אַבֿרהם קאַהאַן.