ישׂראל הייבט אָן אַ יבשה־אָפּעראַציע

Israel Launches Ground Operation

ישׂראלדיקע סאָלדאַטן אויף דער עזה־גרענעץ, דעם 17טן יולי
Getty Images
ישׂראלדיקע סאָלדאַטן אויף דער עזה־גרענעץ, דעם 17טן יולי

פֿון ייִט״אַ

Published July 17, 2014, issue of August 15, 2014.

די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט אָנגעהויבן אַ יבשה־אָפּעראַציע אינעם עזה־פּאַס. דער ביוראָ פֿונעם אַרמיי־וואָרטזאָגער האָט דאָנערשטיק, דעם 17טן יולי, איבערגעגעבן אויפֿן „טוויטער‟, אַז אין דער נײַער פֿאַזע פֿונעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟ וועלן זיך באַטייליקן גרויסע מיליטערישע כּוחות. דער ציל פֿון דער אָפּעראַציע איז צו צושטערן צען טונעלן, וואָס ווערן אויסגענוצט פֿאַר טעראָריסטישע צוועקן. די אַרמיי־קוואַלן האָבן איבערגעגעבן, אַז דערווײַל וועט מען אַרײַנפֿירן אינעם עזה־פּאַס בלויז טאַנקען.

פֿריִער, דעם זעלבן טאָג, האָט צה״ל אָפּגעשטעלט 13 מיליטאַנטן פֿון „כאַמאַס‟, וועלכע האָבן געפּרוּווט אַרײַנצודרינגען אויף דער ישׂראלדיקער טעריטאָריע. די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, בראָש מיט פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, וועלכע האָט געשטיצט די ישׂראלדיקע באָמבאַרדירונגען, ווי אַן ענטפֿער אויף די ראַקעט־אַטאַקן, האָט אָבער געזאָגט, אַז זי איז געשטימט קעגן אָפּעראַציעס אויף דער יבשה.