אוקראַיִנישע זײפֿן־בלעזלעך

Ukrainian Soap Bubbles

דער קאָמפּלעקס פֿון „גאָספּראָם‟, כאַרקאָוו, 1930ער יאָרן
דער קאָמפּלעקס פֿון „גאָספּראָם‟, כאַרקאָוו, 1930ער יאָרן

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published July 20, 2014, issue of August 15, 2014.

אין משך פֿון זײַן ליטעראַרישער קאַריערע האָט דער ניסתּר דורכגעמאַכט היפּשע סטיליסטישע און טעמאַטישע גילגולים. אָנגעהױבן װי אַ נעאָ-ראָמאַנטישער דיכטער פֿון פּרצעס חדר, האָט ער קונה־שם געװען מיט זײַנע סימבאָליסטישע מעשׂיות. דער דאָזיקער פּעריאָד איז געקומען צום סוף אין 1929, װען די שומרים פֿון דער סאָװעטישער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור האָבן אים באַשולדיקט אין כּלערלײ אידעאָלאָגישע און עסטעטישע חטאים. נאָך דעם האָט דער ניסתּר באַשלאָסן צו קערן זיך צו רעאַליזם; אָבער צו באַהערשן די מלאָכה פֿון רעאַליסטישן שרײַבן האָט געפֿאָדערט אַ סך מי און התמדה.

דער ערשטער שריט אױפֿן דאָזיקן װעג איז געװאָרן דאָס בוך „הױפּטשטעט‟, אַ זאַמלונג פֿון דרײַ פֿאַרצײכענונגען װעגן אַלטע און נײַע סאָװעטישע הױפּטשטעט: כאַקראָװ, װאָס איז ביז 1934 געװען די הױפּטשטאָט פֿון דער סאָװעטישער אוקראַיִנע; לענינגראַד, די אַמאָליקע הױפּטשטאָט פֿון דער רוסישער אימפּעריע, און מאָסקװע, די הױפּטשטאָט פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דאָס בוך איז אַרױס אין 1934, אַ יאָר פֿאַר דער פּובליקאַציע פֿונעם ערשטן קאַפּיטל פֿונעם גרױסן היסטאָרישן ראָמאַן „די משפּחה משבר‟.

און הגם דער ראָמאַן איז זײער אַנדערש פֿון די פֿאַרצײכענונגען לױטן סטיל, טעמאַטיק און זשאַנער, קאָן מען דערקענען געװיסע פּאַראַלעלן אין דעם אופֿן צו שילדערן שטאָטישע לאַנדשאַפֿטן, װי אָפּשפּיגלונגען פֿון פֿאַרשידענע סאָציאַל־היסטאָרישע תּקופֿות. ספּעציעל אינטערעסאַנט איז דער פּאָרטרעט פֿון כאַרקאָװ. נאָך זײַן אומקערן זיך קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿון דײַטשלאַנד האָט זיך דער ניסתּר באַזעצט אין דער נײַער אוקראַיִנישער הױפּטשטאָט, װאָס איז צו יענער צײַט געװאָרן אַ צענטער פֿון דער נײַער סאָװעטישער קולטור, אינדוסטריע און אַדמיניסטראַציע.

להיפּוך צו קיִעװ, דער „מוטער פֿון רוסישע שטעט‟, האָט כאַרקאָװ ניט פֿאַרמאָגט קײן טיפֿן היסטאָרישן עבֿר. אין זײַנע באַשרײַבונגען פֿון דער שטאָט באַטאָנט דער ניסתּר כּסדר דאָס נײַע. דער ניסתּר איז אַנטציקט פֿון די געבײַדעס, גאַסן, פֿאַבריקן, װאָס זײַנען אױפֿגעבױט געװאָרן ממש פֿאַר זײַנע אױגן אין די 1920ער יאָרן: „גוט, װאָס דװקא אַזױנע בנינים אָן נעכטן און אָן טראַדיציעס מאַכן דיך איצט פֿרײען, און װאָס זײערע טױערן און דורכלױכטן פֿרײַע, נאָך נישט פֿאַרבױטע האָריזאָנטן פֿאַר דיר עפֿענען.‟ דעם סאַמע שטאַרקסטן אײַנדרוק האָט אױף זײַן פֿאַנטאַזיע געמאַכט דער נײַער קאָמפּלעקס פֿון „גאָספּראָם‟, די רעזידענץ פֿון דער סאָװעטישער רעגירונג פֿון אוקראַיִנע. דער דאָזיקער בנין בלײַבט עד־היום דער בולטסטער מאָנומענט פֿונעם סאָװעטישן קאָנסטרוקטיװיסטישן סטיל.

דער ניסתּרס שרײַבערישע פֿאַנטאַזיע מאָלט דעם דאָזיקן ריזיקן בנין אױס „מיט זײַנע פֿיל קאָרפּוסן, װאָס פֿאַרנעמען אַ גאַסן־לענג‟, „װי אַ שפּיל־אינסטרומענט, װי מוזיק און זעלטענע מעלאָדיעס אין זײַנע װענט באַהאַלטן.‟ דער דערצײלער מאַכט זיך פֿאַר אַ שיקורן פֿאַרבײַגײער, װאָס פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיטן פּאָליציאַנט לעבן דעם „גאָספּראָם‟־בנין ערבֿ דעם גרױסן סאָװעטישן יום־טובֿ, דעם 14טן יאָרטאָג פֿון דער אָקטאָבער–רעװאָלוציע (דאָס הײסט, דעם 6טן נאָװעמבער 1931). אַזאַ מין ליטעראַרישער טריק דערמעגלעכט דער ניסתּרן אָפּצוזאָגן זיך פֿון דער אָביעקטיװ־זאַכלעכער שילדערונג און לאָזן פֿרײַ זײַן כּוח־הדמיון, אַזױ װי ער פֿלעגט טאָן אין זײַנע פֿריִערע סימבאָליסטישע װערק. דאָס מאָל טוט ער דאָס אױף אַן אַנדער אופֿן, און זײַנע פֿאַנטאַסטישע אימאַזשן האָבן עפּעס בשותּפֿות מיט די אוטאָפּישע פּראָיעקטן פֿונעם סאָװעטישן אַװאַנגאַרד.

דער גאַנצער ריזיקער „גאָספּראָם‟־בנין הײבט זיך אױף אין דער לופֿט און נעמט פּאַמעלעך פֿליִען מעשׂה דיריזשאַבל איבער די פֿעלדער, װעלדער און דערפֿער פֿון אוקראַיִנע קײן קיִעװ. די אַלטע הױפּטשטאָט באַגריסט אירע „יונג־נײַ־אױפֿגעקומענע‟ חבֿרטע. כאַרקאָװ פֿאַרקערפּערט „נישט קײן לעגענדע־העלד, נאָר אַ הײַנטצײַטיקע װירקלעכע ממשות‟. דער „גאָספּראָם‟ זעצט זיך אַנידער אױף דעם גרױסן קיִעװער פּלאַץ לעבן דעם אַלטן סאָפֿיע־קלױסטער, די פּאַסאַזשירן, װאָס זיצן אױף די דעכער פֿון „גאָספּראָם‟–בנינים, נעמען זיך שפּילן מיט די גאָלדענע קופּאָלן פֿונעם קלױסטער מעשׂה זייפֿן־בלעזלעך. אין יעדן אױסגעבלאָזענעם זייף־קופּאָל זיצט עפּעס אַ פּאַרשױן, אַ קריסטלעכער כּלי־קודש.

אָט די גאַנצע משונהדיקע שפּיל פֿונעם שיקורן כּוח־הדמין איז אױסן צו װײַזן דעם לײענער אױף אַ סימבאָלישן אופֿן, וואָס די נײַ־אױפֿגעּבױטע סאָװעטישע װירקלעכקײט נעמט אין זיך אַרײַן, און װי זי פֿאַרשלינגט די פֿאַרגאַנגענהײט. אײניקע סאָװעטישע קינסטלער און אַרכיטעקטן, תּלמידים פֿון קאַזימיר מאַלעװיטש און אליעזר ליסיצקי, האָבן טאַקע יאָ פּראָיעקטירט פֿליִענדיקע געבײַדעס און אַפֿילו גאַנצע פֿליִענדיקע שטעט. מסתּמא האָבן די דאָזיקע אוטאָפּישע פּראָיעקטן געמאַכט אַן אײַנדרוק אױך אױף דער ניסתּר.

סוף־1920ער יאָרן איז כאַרקאָװ געװאָרן ניט נאָר דער צענטער פֿון דער נײַער שטאָטישער אַרכיטעקטור און אינדוסטריע, אָבער אױך פֿון דער נײַער אוקראַיִנישער און ייִדישער ליטעראַטור. די כאַרקאָװער בלי־תּקופֿה איז געקומען צום סוף אַרום 1934-1932, װען דאָס רובֿ אוקראַיִנישע ליטעראַטן זײַנען אַרעסטירט און שפּעטער צעשאָסן געװאָרן. אין 1934 איז קיִעװ װידער געװאָרן די הױפּטשטאָט פֿון אוקראַיִנע.

הײַנט זײַנען מיר עדות פֿונעם אױפֿקום פֿון אַ נײַער אוקראַיִנע, װאָס װערט צונױפֿגעשטוקעװעט פֿון ביז גאָר פֿאַרשידענע קולטור־היסטאָרישע שיכטן. די תּקופֿה פֿון די קאָנסטרוקטיװיסטישע אוטאָפּישע עקספּערימענטן געהערט צו דעם עבֿר, הגם אײניקע שפּורן אירע לאָזן זיך מערקן אין די שטאָטישע און אינדוסטריעלע לאַנדשאַפֿטן פֿון מיזרח־אוקראַיִנע; און קײנער אין דער הײַנטיקער צעריסענער אוקראַיִנע געדענקט אַוודאי שױן ניט אין די װילד־פֿאַנטאַסטישע אימאַזשן, װאָס זײַנען געמאָלט געװאָרן דורך דעם גרעסטן ייִדישן שרײַבער־סימבאָליסט.