ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

די פּראָגראַם, „גרויסער ברודער, גרויסע שוועסטער‟, אונטערן אויפֿזיכט פֿונעם ייִדישן הילפֿס-פֿאָנד אין סידנעי, האָט הײַיאָר באַקומען אַ פּרעמיע פֿון דער „רודערמאַן משפּחה־פֿונדאַציע‟. אויפֿן בילד: חנה (רעכטס) דינט שוין מער ווי אָנטדערטהאַלב יאָר ווי אַ „גרויסע שוועסטער‟ פֿאַר קייטלין (לינקס).
די פּראָגראַם, „גרויסער ברודער, גרויסע שוועסטער‟, אונטערן אויפֿזיכט פֿונעם ייִדישן הילפֿס-פֿאָנד אין סידנעי, האָט הײַיאָר באַקומען אַ פּרעמיע פֿון דער „רודערמאַן משפּחה־פֿונדאַציע‟. אויפֿן בילד: חנה (רעכטס) דינט שוין מער ווי אָנטדערטהאַלב יאָר ווי אַ „גרויסע שוועסטער‟ פֿאַר קייטלין (לינקס).

פֿון שרה זילבערמאַן

Published July 22, 2014, issue of August 15, 2014.

אַ פּרעמיע פֿאַרן אַרײַנציִען ייִדן מיט מניעות

אָרגאַניזאַציעס פֿון אויסטראַליע, קאַנאַדע, מדינת־ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן זײַנען באַערט געוואָרן פֿון דער „רודערמאַן משפּחה־פֿונדאַציע‟ פֿאַר זייער אַרבעט לטובֿת אַרײַנציִען ייִדן מיט פֿיזישע, גײַסטיקע און עמאָציאָנעלע מניעות אינעם לאָקאַלן ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן. דער ייִדישער הילפֿס-פֿאָנד אין סידנעי, ניו סאַוט וויילס, איז באַערט געוואָרן פֿאַר זײַן פּראָגראַם, וואָס הייסט „גרויסער ברודער, גרויסע שוועסטער‟. דאָס איז שוין דאָס דריטע יאָר ווי די פֿונדאַציע טיילט אויס אַזעלכע פּריזן, וועלכע באַטרעפֿן צו פֿופֿציק טויזנט אַמעריקאַנער דאָלאַר פֿאַר יעדן געווינער.

דער הויפּט פֿון דער ייִדישער קהילה אין ניו־סאַוט וויילס ווערט געטאַדלט

וויק עלהאַדעף דינט גלײַכצײַטיק ווי דער הויפּט פֿון דער ייִדישער קהילה אין ניו־סאַוט וויילס און ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער שטאַטישער קאָמיסיע פֿאַר געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען אין ניו־סאַוט וויילס. ער ווערט איצט געטאַדלט פֿאַר האָבן אַרויסגעשיקט אַ בליצבריוו צו די מיטגלידער פֿון דער לאָקאַלער ייִדישער קהילה, אין וועלכן ער באַשולדיקט „כאַמאַס‟ אין „מלחמה-פֿאַרברעכנס‟. ער האָט נישט דערמאָנט די פּאַלעסטינער, וועלכע זײַנען אומגעקומען, ווי אַ רעזולטאַט פֿון די איצטיקע אומרוען אין עזה אינעם בליצבריוו. דער פּרעמיער פֿון ניו־סאַוט וויילס האָט געטאַדלט עלהאַדעפֿן, זאָגנדיק, אַז „עס איז נישט פּאַסיק‟, אַז איינער, וואָס אַרבעט מיט מיט דער שטאַטישער רעגירונג, זאָל פֿאַרעפֿנטלעכן אַזאַ טעקסט. פֿאָרשטייער פֿונעם אויסטראַלישן אַראַבישן ראַט האָבן אויך געטאַדלט דעם אינהאַלט פֿונעם בליצבריוו, זאָגנדיק, אַז ער איז „איין-זײַטיק און פּראָוואָקאַטיוו‟. דער מיניסטער פֿאַר בירגערשאַפֿט און עטנישע גרופּעס אין ניו־סאַוט וויילס האָט געלויבט עלהאַדעפֿן און האָט געטאַדלט די פֿאָדערונגען, אַז ער זאָל רעזיגנירן פֿון זײַן רעגירונגס-אַמט. ער האָט אויך געזאָגט, אַז ער וועט זיך טרעפֿן מיט די, וועלכע פֿאָדערן, אַז עלהאַדעף זאָל רעזיגנירן.

„מגן-דוד אַדום‟ שטעלט זיך אַ נײַעם ציל

די אָרגאַניזאַציע „מגן-דוד אַדום‟ אין וויקטאָריע (מעלבורן) האָט זיך געשטעלט דעם ציל צו זאַמלען הונדערט טויזנט אויסטראַלישע דאָלאַרן במשך פֿון איין וואָך לטובֿת דעם „מגן-דוד אַדום‟ אין מדינת־ישׂראל, אין ליכט פֿון די איצטיקע אומרוען אין מיטעלן מיזרח.

דער „אויסטראַלישער פֿאָרום‟ פֿאַר רוסישע ייִדן ווערט געגרינדעט

דער „אויסטראַלישער פֿאָרום‟ פֿאַר רוסישע ייִדן אין אויסטראַליע איז געגרינדעט געוואָרן אין מעלבורן. די אָרגאַניזאַציע דאַרף דינען די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן, וועלכע וווינען איצט אין אויסטראַליע. דאָס איז דער אויסטראַלישער צווײַג פֿונעם וועלט-פֿאָרום פֿאַר רוסיש-רעדנדיקע ייִדן. דער פּרעזידענט פֿון דער נײַער אָרגאַניזאַציע זאָגט, אַז זײַן ציל איז אויסצוהאַלטן דעם ייִדישן באַוווּסטזײַן בײַ די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן, וועלכע באַטרעפֿן איצט כּמעט אַ פֿערטל פֿון דער אויסטראַלישער ייִדישער באַפֿעלקערונג. אַנדערע צילן זײַנען צו פֿאַראייניקן זיך מיט אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און צו דערציִען צוקונפֿטיקע אָנפֿירער פֿון רוסיש-רעדנדיקע ייִדן אין אויסטראַליע.

די פֿירערשאַפֿט פֿון דער אָרגאַניזאַציע פּלאַנירט אַ צוזאַמענטרעף מיטן ישׂראלדיקן אויסערן-מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן בעת זײַן אָפֿיציעלן באַזוך. מע פּלאַנירט אויך אײַנצופֿירן אַ וועכנטלעכע ראַדיאָ-אוידיציע אויף דער מעלבורנער ייִדישער ראַדיאָ-סטאַנציע „דזשיי-אייר‟. דעם קומענדיקן מאַרץ וועט פֿאָרקומען דער ערשטער לימוד: „געוועזענער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און אויסטראַליע‟, וואָס וועט פֿאָרקומען אין מעלבורן. די ציוניסטישע פֿעדעראַציע פֿון אויסטראַליע האָט שוין אָנגעשטעלט אַ ספּעציעלן שליח אין מעלבורן, וואָס זײַן ראָלע איז מיטצואַרבעטן מיט די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן און וועט באַלד אָנשטעלן אַ צווייטן שליח מיטצואַרבעטן מיט די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן אין סידנעי.

צוויי יוגנטלעכע ווערן פֿאַרמישפּט פֿאַרן אָנפֿאַל אויף פֿרומע ייִדן אין באָנדײַ

צוויי זיבעצן-יעריקע בחורים, וועלכע זײַנען ביז אַהער געזעסן אין אַ יוגנט-אַנטשטאַלט, זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן צו זיצן צען חדשים פֿאַרן אָנפֿאַל אויף פֿינף פֿרומע ייִדן אויף דער גאַס אין באָנדײַ ביטש, סידנעי, דעם 26סטן אָקטאָבער 2013. נאָך די צען חדשים זיצן וועט דאָס געריכט ווײַטער האָבן אויפֿזיכט איבער זיי במשך פֿון די אַכט קומענדיקע חדשים. טאָמער באַגייען זיי נאָך אַזאַ אָנפֿאַל, גייען זיי גלײַך צוריק אינעם יוגנט-אַנטשטאַלט. צען מענער האָבן אָנטיילגענומען אינעם אָנפֿאַל, אָבער נאָר די צוויי יוגנטלעכע זײַנען דערווײַל געקומען אין געריכט אַרײַן.

קעמפּ „סאַבאַבאַ‟

קעמפּ „סאַבאַבאַ‟ איז אַ פֿיר-טאָגיקער ספּעציעלער ספּאָרט-זומער-לאַגער פֿאַר ייִדישע קינדער מיט ספּעציעלע באַדערפֿענישן ביזן עלטער פֿון צוואַנציק יאָר, וואָס וועט פֿאָרקומען אין מעלבורן צום ערשטן מאָל אין חודש יאַנואַר. די אויפֿפּאַסער הייבן אָן זייערע צוגרייטונגען אין חודש אויגוסט, פֿינף חדשים איידער דער לאַגער הייבט זיך אָן. דערווײַל האָבן פֿינף-און-פֿערציק יוגנטלעכע פֿון די מעלבורנער ייִדישע טאָגשולן זיך פֿאַרשריבן אַרויסצוהעלפֿן אינעם לאַגער. דער ערשטער קעמפּ „סאַבאַבאַ‟ איז פֿאָרגעקומען אין סידנעי.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.