דער וועג צוריק צום גן־עדן

Getting Back to Eden

מאַרק דיאָנס פֿיר־פֿיסיקער „נחש פֿאַרן חטא‟
Menachem Wecker
מאַרק דיאָנס פֿיר־פֿיסיקער „נחש פֿאַרן חטא‟

פֿון מנחם וועקער (Forward)

Published July 22, 2014, issue of August 15, 2014.

ס׳רובֿ מענטשן אַסאָציִיִרן דאָס געשטאַלט פֿון אַ שלאַנג אַרום אַן עפּלבוים מיטן חטא פֿון אָדם און חוה, וועלכע האָבן טועם געווען די פֿאַרבאָטענע פּרי פֿונעם עץ־הדעת און זענען צוליב דעם פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן. במשך פֿון הונדערטער יאָר האָבן קינסטלער אויסגענוצט דעם דאָזיקן באַקאַנטן סוזשעט וועגן אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט אַלץ פֿאַרלוירן און געמוזט בויען זייער לעבן פֿון ס׳נײַ, געדענקענדיק דעם זיסן טעם פֿון דער גן־עדנדיקער אידיליע. הגם אין דער תּורה ווערט דערמאָנט דער צווייטער מיסטישער בוים, עץ־החיים, בלײַבט אין דער קונסט מער פּאָפּולער דער עץ־הדעת.

דזשעניפֿער סקאַנלאַן, די קוראַטאָרין פֿון דער נײַער אויסשטעלונג, געווידמעט דער טעמע פֿון חטא-אָדם־הראשון, וועלכע האָט זיך געעפֿנט אינעם ניו־יאָרקער „מוזיי פֿון דער ביבלישער קונסט‟, האָט דערקלערט, אַז הגם די מעשׂה וועגן דעם פֿאַרטריבענעם פּאָרפֿאָלק פֿאַרנעמט בלויז עטלעכע פּסוקים אינעם חומש־בראשית, בלײַבט זי איינע פֿון די פּאָפּולערסטע קונסט־סוזשעטן. די פֿיר פּערסאָנאַזשן פֿון דער מעשׂה — דער באַשעפֿער, אָדם, חוה און דער נחש — ווערן געשילדערט און באַטראַכט אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים ווי אַ סימבאָל פֿון באַציִונגען צווישן אַ יחיד און אַ פֿאָלק, אָדער צווישן דעם מענטש און דער נאַטור.

די אויסשטעלונג הייסט „צוריק אינעם גן־עדן: די הײַנטצײַטיקע קינסטלער וואַנדערן אינעם גאָרטן‟. דער מוזיי געפֿינט זיך אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון מאַנהעטן. סקאַנלאַן האָט דערקלערט, אַז אין דער הײַנטיקער מערבֿדיקער וועלט טרעפֿן זיך מענטשן מיט די גיפֿטיקע שלאַנגען, געוויינטלעך, בלויז אין זאָאָפּאַרקן. אין די אַמאָליקע צײַטן, ווען דאָס מענטשלעכע לעבן איז געווען נעענטער צו דער ווילדער נאַטור, איז אַ קלאַנג געווען אַ מעכטיקער סימבאָל פֿון אַ רעאַלער סכּנה.

אין איינער פֿון די אויסגעשטעלטע קונסט־שאַפֿונגען, אַלעקסיס ראָקמאַנס בילד „גאָוואַנוס‟, געשאַפֿן אינעם יאָר 2013, ווערט געוויזן, ווי דעלפֿינען און אַנדערע ים־חיות לויערן אינעם וואַסער אונטער דער פֿאַרזשאַווערטער שמוציקער שטאָטישער קאַנאַליזאַציע. ראָקמאַנס ווערק דריקט אָפֿט אויס די פּאַראַזיטישע באַציִונג צווישן דעם מענטש און דער נאַטור־סבֿיבֿה. דער מאָלער האָט געשאַפֿן דאָס בילד, ווען ער איז געווויר געוואָרן, אַז אַ דעלפֿין איז אומגעקומען אינעם ברוקלינער גאָוואַנוס־קאַנאַל. די ים־חיה האָט נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן דעם גיפֿטיקן שטאָטישן אָפּפֿאַל. דאָס בילד, וווּ עס ווערן געשילדערט 38 פֿאַרשיידענע באַשעפֿענישן, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אַבסורדישע אינווערסיע פֿונעם גן־עדן.

אַחוץ די מאָדערנע קונסט־ווערק, ווערן אויף דער אויסשטעלונג אויך געוויזן צוויי וווּנדערלעכע ווערק פֿון מיטל־עלטערלעכע קינסטלער. אויף איין זײַטל פֿון אַן אַלטער ביבל, פֿונעם יאָר 1483, ווערט דער נחש געשילדערט ווי אַ שלאַנג מיט אַ קאָפּ פֿון אַ פֿרוי. אַ טייל הײַנטצײַטיקע ווערק זענען אויך געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון מיטל־עלטערלעכער קונסט. סקאַנלאַן דערקלערט אינעם קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג, אַז אויף לין אָלדריטשס בילד „סערפּענטאַריום‟, פֿונעם יאָר 2002, רעפּרעזענטירט דער נחש דאָס שלעכטס פֿון דער קאָמערציעלער געזעלשאַפֿט. אין פֿאַרגלײַך מיט דער תּנ״כישער מעשׂה, לייגט פֿאָר די הײַנטיקע קאַפּיטאַליסטישע „שלאַנג‟ נישט אַן עפּל, נאָר אַן ענדלאָזיקע ריי פֿון כּלערליי געברויך־סחורה.

אין פֿאַרגלײַך מיט אָלדריטשס משל, שילדערט מאַרק דיאָן די קלאַסישע ביבלישע שלאַנג. ווי ס׳איז באַקאַנט, שטייט אין דער תּורה געשריבן, אַז דער נחש האָט פֿון אָנהייב געהאַט פֿיס, אָבער פֿאַרלוירן זיי, ווי אַ שטראָף פֿאַר פֿאַרפֿירן אָדם און חוה. דיאָנס נחש שטעלט מיט זיך טאַקע פֿאָר אַ פֿיר־פֿיסיקע סקולפּטור.

די טעמע פֿון דער אויסשטעלונג איז אַ פּשוטע, אָבער זייער אַ פֿילזײַטיקע. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער קלאַסישער תּנ״כישער סוזשעט אינספּירירט נאָך אַלץ די קינסטלער, וועלכע אינטערפּרעטירן עס אויף חידושדיקע אופֿנים.