אַ ייִדישער „וווּדסטאַק‟

A Yiddish Woodstock

די „קלעזמאַטיקס‟ אויפֿן „ייִדסטאַק‟־פֿעסטיוואַל
Ben Barnhart
די „קלעזמאַטיקס‟ אויפֿן „ייִדסטאַק‟־פֿעסטיוואַל

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 24, 2014, issue of August 15, 2014.

דער מערבֿדיקער טייל פֿון מאַסאַטשוסעטס, אַ ראַיאָן פֿון שטילע שטעטלעך, באַקאַנט ווי דער „פּיאָנישער טאָל‟, איז שוין צום דריטן מאָל געוואָרן דער סאַמע־צענטער פֿון דער נײַער ייִדישער מוזיק. די סיבה דערפֿון איז געווען דער קלעזמער־פֿעסטיוואַל „ייִדסטאַק‟, אָרגאַניזירט דורכן אָרטיקן „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, וואָס האָט צוגעשטעלט אַ ריי קאָנצערטן, פֿון פֿאַרשידענע קלעזמער־קאַפּעליעס, ווי אויך געבראַכט אַן ערך 300 מענטשן צו הערן זיי.

איך בין אַליין געפֿאָרן קיין אַמהערסט, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט מײַנע געוועזענע קאָלעגעס בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟, וווּ איך האָב געאַרבעט צוויי יאָר. איך האָב אויך, פֿאַרשטייט זיך, געוואָלט בײַזײַן אויפֿן פֿעסטיוואַל, צו הערן די מוזיק און זיך באַגעגענען מיט חבֿרים, מיט וועמען איך האָב זיך באַקענט אויף די צוויי פֿריִערדיקע „ייִדסטאַקס‟.

דער פֿיר־טאָגיקער פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 17טן ביזן 20סטן יולי, האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַ קאָנצערט פֿונעם Klezmer Conservatory Band, אַ באַקאַנטע קאַפּעליע, אָנגעפֿירט דורך האַנקוס נעצקי שוין 34 יאָר. אַן אינטעגעראַלער פֿאָרשטייער פֿון דער אַמעריקאַנער קלעזמער־מוזיק, איז עס געווען אַ פּאַסיקער אָנהייב פֿונעם פֿעסטיוואַל, ווײַל די קאַפּעליע האָט געהאַט אַ ממשותדיקע השפּעה אויף אַ פּאָר פֿון די אַנדערע גרופּעס, וואָס האָבן געשפּילט בעתן „ייִדסטאַק‟. דער טרומפּייטער פֿראַנק לאָנדאָן, למשל, איינער פֿון די ערשטע מוזיקער אינעם „קלעזמער קאָנסערוואַטאָרי בענד‟ זײַענדיק אַ ביז־גראַדויִר סטודענט, געווען צווישן די גרינדער פֿון די „קלעזמאַטיקס‟, מיט וועמען ער האָט געשפּילט בעתן פֿעסטיוואַל. לאָנדאָן האָט אויך אויפֿגעטראָטן מיט צוויי אַנדערע גרופּעס - מיט די „ניגונים־טריאָ‟ און מיט זײַן אייגענער גרופּע Frank London‘s Klezmer Brass Allstars (פֿראַנק לאָנדאָנס קאַפּעליע פֿון די אויסגעצייכנטע קלעזמער, וואָס שפּילן בלאָז־אינסטרומענטן).

דניאל קאַהן
דניאל קאַהן

אויפֿן צווייטן טאָג, פֿרײַטיק, בשעתן פֿאָרן קיין אַמהערסט האָב איך זיך צופֿעליק געטראָפֿן מיט דניאל קאַהן, דער אָנפֿירער פֿון „דניאל קאַהן און דער באַמאָלטער פֿויגל‟. קאַהן, אַן אַמעריקאַנער ייִד, וואָס וווינט שוין יאָרן לאַנג אין בערלין, געהערט צום דור טאַלאַנטירטע יונגע קלעזמאָרים, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַמעריקע שוין נאָך דעם אויפֿלעב פֿון דער קלעזמער־מוזיק. ער, צוזאַמען מיט אַ טוץ אַנדערע אַמעריקאַנער קלעזמאָרים אין זייערע 20ער און 30ער יאָרן, זענען אויסגעשולט געוואָרן אויף „קלעזקעמפּ‟, „קלעזקאַנאַדע‟ און אַנדערע אַזעלכע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן. (צווישן אַנדערע אַמעריקאַנער קלעזמאָרים פֿון דער זעלביקער כּנופֿיא, וואָס זענען אויך אויפֿגעטראָטן בײַם הײַיאָריקן „ייִדסטאַק‟, זענען דער קלאַרנעט־שפּילער מײַקל ווינאָגראַד און דער פֿילדער דזשייק שולמאַן מענט, וואָס האָבן געשפּילט צוזאַמען מיט דניאל קאַהן).

ווי דער סאַמע פּאָליטישסטער זינגער אין דער הײַנטיקער קלעזמער־סצענע, ראַנגלט זיך קאַהן שטענדיק מיט דעם, ווי אַזוי צו געפֿינען אַ באַלאַנס צווישן זײַנע פּאָליטישע מיינונגען, די פּאָליטישע באַטײַטן פֿון זײַנע לידער און די באַציִונג, וואָס ער וויל האָבן מיט די צוהערער. ווי ער האָט מיר דערקלערט אויף דער באַן, האָט דער פֿאַקט, אַז די פֿאָריקע נאַכט איז געווען די סאַמע בלוטיקסטע פֿון דער ישׂראל־עזה־מלחמה געווירקט אויף זײַן פּראָצעס פֿון אויסקלײַבן די לידער, וועלכע ער האָט שפּעטער געשפּילט אויפֿן פֿעסטיוואַל.

נאָכן געזעגענען זיך מיט קאַהנען בין איך אָנגעקומען אין אַמהערסט, אויפֿן קאָנצערט פֿונעם „ניגונים־טריאָ‟, אַ מוזיקאַלישע פּראָיעקט, וואָס איז באַשטאַנען פֿון לאָרין סקלאַמבערג און פֿראַנק לאָנדאָן פֿון די „קלעזמאַטיקס‟ מיטן פּיאַניסט ראָב שווימער.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.