אַמעריקאַנער אַנקעטע קאָן שאַפֿן צרות פֿאַר ישׂראל

Troubling Signs for Israel in New Poll of Americans

אַ באַטייליקטע אין אַ פּראָ־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע אין ניו־יאָרק. לויט אַ נײַער אַנקעטע, איז בײַ די אַמעריקאַנער לעצטנס געפֿאַלן די שטיצע פֿאַר ישׂראל
Getty Images
אַ באַטייליקטע אין אַ פּראָ־ישׂראלדיקער דעמאָנסטראַציע אין ניו־יאָרק. לויט אַ נײַער אַנקעטע, איז בײַ די אַמעריקאַנער לעצטנס געפֿאַלן די שטיצע פֿאַר ישׂראל

פֿון האָדי נעמעס (Forward)

Published July 25, 2014, issue of August 15, 2014.

הגם די אַמעריקאַנער האָבן ביז איצט אַרויסגעוויזן אַ שטאַרקע שטיצע פֿאַר דער ישׂראלדיקער מלחמה אין עזה, ווײַזט אַ נײַע אַנקעטע עטלעכע דראָענדיקע סימנים פֿאַר דער צוקופֿט.

דעמאָקראַטן, ליבעראַלן, יונגע לײַט און שטאָט־וווינער האַלטן הײַנט האַלב אויף האַלב, וואָס שייך זייער שטיצע פֿאַר ישׂראל אין דער מלחמה, כאָטש אין דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג איז די שטיצע פֿאַר ישׂראל נאָך אַלץ אַ ביסל העכער: 57%.

„בלויז אַ העלפֿט פֿון די דעמאָקראַטן און ליבעראַלן האַלטן, אַז די ישׂראלדיקע אַקציעס זענען באַרעכטיקט,‟ האָט באַמערקט סטיווען מ. כּהן, אַ ייִדישער סאָציאָלאָג אין „היברו־יוניאָן קאָלעדזש — דער ייִדישער אינסטיטוט פֿון רעליגיע‟.

די געמישטע געפֿילן בײַ די דעמאָקראַטן קאָן זײַן „אַ שלעכטער סימן‟ פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער שטיצע פֿון דער ייִדישער מדינה בכלל, האָט כּהן געזאָגט. „די שטעלונג פֿון די דעמאָקראַטן און ליבעראַלן איז זייער וויכטיק, ווײַל זיי פֿירן הײַנט אָן מיט דער רעגירונג,‟ האָט כּהן געזאָגט.

מאַרק מעלמאַן, דער הויפּט פֿון אַ דעמאָקראַטיש־געשטימטער אַנקעטע־פֿירמע, זעט אָבער נישט קיין סיבה זיך צו זאָרגן. „ישׂראל געניסט ווײַטער פֿון אַ געוואַלדיקער שטיצע אין ביידע הײַזער פֿונעם קאָנגרעס, וואָס האָבן לעצטנס אָנגענומען איינשטימיקע רעזאָלוציעס, שטיצנדיק דאָס רעכט פֿון ישׂראל זיך צו פֿאַרטיידיקן.

דער פֿאַקט, אַז געוויסע דעמאָקראַטישע וויילער שטיצן נישט די מלחמה, איז נישט קיין חידוש, טענהט מעלמאַן, ווען מע נעמט אין באַטראַכט די פּאַציפֿיסטישע טענדענץ פֿון דער פּאַרטיי.

לויט דער אַנקעטע, זאָגן 57% אַמעריקאַנער, אַז די ישׂראלדיקע אָפּעראַציע איז באַרעכטיקט. 34% זאָגן, אַז זי איז נישט באַרעכטיקט.

אויך בעת דער פֿריִערדיקער מלחמה אין עזה, פֿונעם יאָר 2011, האָבן 57% פֿון די אַמעריקאַנער געשטיצט דעם ישׂראלדיקן צד. (אין דער מלחמה פֿון 2008־2009 איז עס געווען אַ ביסל העכער: 63%.)

די שטיצע פֿאַר ישׂראל בכלל איז אָבער ממשותדיק געפֿאַלן זינט פֿעברואַר — פֿון 72% ביז 60%, הגם בלויז 20% דריקן אויס אַ פּאָזיטיווע מיינונג פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט. כּמעט 40% אַמעריקאַנער זאָגן, אַז ישׂראל ניצט „צו פֿיל כּוח‟ אין עזה.

ישׂראל איז אָבער נאָך אַלץ גאַנץ פּאָפּולער בײַ די רעפּובליקאַנער. אַנטקעגן די 37% דעמאָקראַטן, וואָס האָבן אַ פּאָזיטיווע שטעלונג צו ישׂראל, איז די שטיצע בײַ די רעפּובליקאַנער 67%.