ראובֿן ריבֿלין ווערט אײַנגעשוווירן ווי ישׂראל־פּרעזידענט

Reuven Rivlin Inaugurated President of Israel

ראובֿן ריבֿלין
Getty Images
ראובֿן ריבֿלין

פֿון ייִט״אַ

Published July 25, 2014, issue of August 15, 2014.

ירושלים. — דאָנערשטיק אָוונט האָט מען אין דער כּנסת אײַנגעשוווירן דעם נײַעם פּרעזידענט, ראובֿן ריבֿלין, און דערבײַ זיך געזעגנט מיטן ביז־איצטיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס, וועלכער האָט זעכציק יאָר געדינט ווי אַ טוער אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק.

די צערעמאָניע איז געווען אַ באַשיידענע, צוליב דער אָנגייענדיקער מלחמה אין עזה. דער כּנסת־ספּיקער, יולי איידלשטיין, האָט אָנגעהויבן דעם אָוונט מיט אַ תּפֿילה פֿאַר די צה״ל־כּוחות. אינעם עולם זענען געזעסן די בירגערמײַסטער פֿון די דרומדיקע שטעט און שטעטלעך אין לאַנד, וואָס האָבן, צום מערסטן, געליטן פֿון די ראַקעטן אין דעם איצטיקן קאָנפֿליקט מיט „כאַמאַס‟.

אין זײַן געזעגענונג־רעדע האָט דער 91־יאָריקער פּערעס באַטאָנט געוויסע הויכפּונקטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע און דער גרינדונג פֿון מדינת־ישׂראל. ער האָט שטאַרק פֿאַרטיידיקט די יבשה־אינוואַזיע פֿון עזה, וואָס אַ סך לענדער האָבן שוין קריטיקירט, צוליב דער הויכער צאָל ציוועלע פּאַלעסטינער קרבנות.

„איך האָב זיך נישט געריכט, אַז אין די לעצטע טעג פֿון מײַן פּרעזידענטשאַפֿט וועל איך ווידער מוזן טרייסטן די פֿאַראָבֿלטע משפּחות,‟ האָט פּערעס געזאָגט. „טעראָר איז נישט קיין לייזונג. ישׂראל וועט באַזיגן דעם טעראָריזם, ווײַל מיר ווילן שלום און גערעכטיקייט, בעת מיר באַשיצן אונדזער היימלאַנד.‟

פּערעס האָט געלויבט די אַראַבישע שלום־איניציאַטיוו פֿון 2002 — אַ פּלאַן פֿאַר שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, וואָס סאַודיע האָט געהאַט פֿאָרגעלייגט. דער פּלאַן האָט אָבער נישט אַרויסגערופֿן קיין אינטערעס בײַ די ישׂראלדיקע פֿירער.

נאָך פּערעס׳ רעדע האָט מען אײַנגעשוווירן ריבֿלין ווי דער צענטער פּרעזידענט פֿון ישׂראל. עס דערוואַרט אים אַ קאַדענץ פֿון זיבן יאָר. ריבֿלין, אַ 74־יאָריקער געוועזענער כּנסת־דעפּוטאַט פֿון „ליכּוד‟ און ספּיקער פֿון דער כּנסת, איז באַקאַנט ווי אַ פֿאַרטיידיקער פֿון די אַראַבישע ישׂראלים און די אַנדערע מינאָריטעטן אין לאַנד. ער האָט דערקלערט, אַז ישׂראל דאַרף זיך באַמיִען צו זײַן „אַ געזעלשאַפֿט, וווּ אַלע אירע מיטגלידער — חרדי און סעקולערע ייִדן, אַראַבער און ייִדן, לאַנג־יאָריקע בירגער און נײַע עולים, זאָלן אַלע גלײַך שפּילן אַ ראָלע אינעם בויען אַ צוקונפֿט און אַנטוויקלען דעם כאַראַקטער פֿונעם לאַנד.‟