ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

אַ פּאָר פֿון די אָריגינעלע טאַשמעס פֿון די „ייִדיש רעדנדיקע־ביכער‟
אַ פּאָר פֿון די אָריגינעלע טאַשמעס פֿון די „ייִדיש רעדנדיקע־ביכער‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 27, 2014, issue of August 15, 2014.

ייִדיש „רעדנדיקע־ביכער‟ צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ

די גאַנצע סעריע „רעדנדיקע ביכער‟, איבער 300 רעקאָרדירטע ייִדישע קלאַנג־ביכער, וואָס די „ייִדישע פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟ האָט געשאַפֿן אין די 1980ער און 1990ער יאָרן, איז איצט צום הערן אומזיסט אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. די קלאַנג־ביכער, וואָס זענען בסך־הכּל איבער 2,000 שעה, נעמען אַרײַן די סאַמע גרעסטע אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך אַ סך ווייניק באַוווּסטע שרײַבער, וואָס זענען שאַפֿעריש געווען אין די 1970ער און 1980ער יאָרן.

די מעשׂיות, לידער און ראָמאַנען האָבן פֿאָרגעלייענט ייִדיש־רעדנדיקע וואָלונטירן, וואָס זענען געווען אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל‟. צווישן די פֿאָרלייענער געפֿינט מען געוועזענע אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע, ווי דאָרע וואַסערמאַן, און אויך ייִדישע פּען־מענשטן, ווי די ייִדישע שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב.

דאָס געלט צו דיגיטאַליזירן די טאַשמעס האָט מנדבֿ געווען דעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ די משפּחה ראָהר, אין אָנדענק פֿון שמואל ראָהר, נאָך וועמען מע האָט די קאָלעקציע אַ נאָמען געגעבן. דאָס וועבזײַטל קען מען זוכן סײַ אויף ייִדיש און סײַ אויף ענגליש, און די רעקאָרדירונגען קען מען סײַ אַראָפּלאָדן אויפֿן קאָמפּויטער און סײַ שפּילן גלײַך אויפֿן וועבזײַטל. די טיטלען פֿון די דיגיטאַלע רעקאָרדירונגען באַווײַזן זיך אויף ייִדיש אויפֿן קאָמפּיוטער אָדער „אײַפּאָד‟.

כּדי זיך צו הערן צו די רעקאָרדירונגען באַזוכט http://www.yiddishbookcenter.org/sami-rohr-library


נײַער נומער „אויפֿן שוועל‟ דערשינען

ס׳איז לעצטנס אַרויס פֿון דרוק אַ נײַער נומער פֿונעם ייִדישן זשורנאַל „אויפֿן שוועל‟, דער אָרגאַן פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟. דער נומער, וואָס פֿאַרמאָגט 58 זײַטן, אַנטהאַלט אַרטיקלען אויף פֿאַרשידענע טעמעס אַזוי ווי די ייִדן אין קאָטשין, אינדיע, בויכרעדערײַ בײַ ייִדן, די געשיכטע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאַל, הײַנטיקע ייִדישע פֿילמען, געמאַכט דורך חסידים און דער ראָק־מוזיקער לו ריד. דער נומער פֿאַרמאָגט אויך נײַע ייִדישע לידער און איבערזעצונגען פֿון דער העברעיִשער און כינעזישער ליטעראַטור, אַרטיקלען לזכר די פּאָעטן ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און יאָני פֿײַן. נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם נײַעם נומער „אויפֿן שוועל‟ — www.leagueforyiddish.org



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.