בראַזיל פֿאַרדאַמט פֿאַר צוריקציִען אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל

Brazil Slammed for Recalling Ambassador from Israel

דער בראַזיליאַנער אויסערן־מיניסטער לויִז אַלבערטאָ פֿיגערעדאָ
דער בראַזיליאַנער אויסערן־מיניסטער לויִז אַלבערטאָ פֿיגערעדאָ

פֿון ייִט״אַ

Published July 27, 2014, issue of August 15, 2014.

די פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה אין בראַזיל האָבן דאָנערשטיק באַצייכנט דעם באַשלוס פֿון דער רעגירונג צוריקצוציִען דעם אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל ווי „אַ פֿאַרטיידיקונג פֿון ׳כאַמאַס׳‟.

די ייִדישע דאַך־אָרגאַניזאַציע CONIB האָט אַרויסגעלאָזט די דערקלערונג אַ טאָג נאָך דעם ווי בראַזיליע האָט געמאָלדן, אַז זי ציט צוריק איר אַמבאַסאַדאָר אין תּל־אָבֿיבֿ, הענריק סאַרדינהאַ, ווי אַ פּראָטעסט קעגן די ישׂראלדיקע אַטאַקן אויף „כאַמאַס‟ אין עזה.

‏CONIB האָט באַטאָנט, אַז דער באַשלוס מצד דער בראַזיליאַנער רעגירונג איז אַ סימן פֿון איר „איין־זײַטיקן צוגאַנג צום קאָנפֿליקט אין עזה, אין וועלכן דער בראַזיליאַנער אויסערן־מיניסטער קריטיקירט ישׂראל, אָבער איגנאָרירט די אַקציעס פֿון דער טעראָריסטישער גרופּע ׳כאַמאַס׳.‟

אין דער דערקלערונג, וואָס בראַזיל האָט אַרויסגעלאָזט מיטוואָך, איז געשטאַנען: „די בראַזיליאַנער רעגירונג האַלט פֿאַר אומדערטרעגלעך די עסקאַלאַציע פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג צווישן ישׂראל און פּאַלעסטינע. מיר פֿאַרדאַמען דעם נישט־פּראָפּאָרציאָנעלן כּוח, וואָס ישׂראל ניצט אויס אין עזה, וואָס האָט גורם געווען אַ גרויסע צאָל ציווילע קרבנות; צווישן זיי — פֿרויען און קינדער.‟

אין דער בראַזיליאַנער דערקלערונג שטייט נישט קיין וואָרט וועגן „כאַמאַס‟ אָדער וועגן אַנדערע אַגרעסיווע אַקציעס מצד די פּאַלעסטינער.

די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אויך אויסגעדריקט איר דערשטוינונג אין דעם באַשלוס.

„דאָס איז, צום באַדויערן, אַ באַווײַז, פֿאַר וואָס בראַזיל — אַ ריזיקער עקאָנאָמישער און קולטורעלער כּוח — איז פֿאַרבליבן אַ ליליפּוט אינעם דיפּלאָמאַטישן זינען,‟ האָט יגאל פּלמור, אַ וואָרטזאָגער פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, באַמערקט בעת אַן אינטערוויו מיט דער „דזשערוסאַלעם פּאָסט‟. „דער מאָראַלישער רעלאַטיוויזם פֿון דעם דאָזיקן שריט האָט פֿאַרוואַנדלט בראַזיל אין אַן אומרעלעוואַנטן דיפּלאָמאַטישן פּאַרטנער, וועלכער שאַפֿט מער פּראָבלעמען ווי ער לייזט.‟