אַן אַנדער בליק אויף דער ישׂראל־„כאַמאַס‟ מלחמה

A Different View of the Israel-Hamas War

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published July 27, 2014, issue of August 15, 2014.

אין דער מעדיאַ קען מען די טעג זען אָן אַ שיעור ווידעאָס פֿון די קאַמפֿן צווישן ישׂראל און „כאַמאַס‟: נײַעס־אָפּשניטן פֿון פּאַלעסטינער, וועלכע טראָגן אומגעקומענע אָדער פֿאַרוווּנדיקטע; צה״ל־ווידעאָס פֿון אַמבולאַנסן און שולן, וואָס די פּאַלעסטינער ניצן אויס אויף מיליטערישע צוועקן; פֿליִענדיקע ראַקעטן; לוויות, און אינטערוויוען מיט מיליטערישע עקספּערטן.

אָט זענען צוויי ווידעאָס וואָס באַשרײַבן אַן אַנדער קוקווינקל פֿון דער מלחמה.

אָט איז אַ ליד, וואָס די קינדער אין די ישׂראלדיקע פֿאָרשולן זינגען וועגן דעם ריכטיקן אויפֿפֿיר בעת אַ ראַקעטן־אַטאַק:

צה״ל־סאָלדאַטן לאָזן זיך גיין אַ טענצל אויף דער גרענעץ מיט עזה, איידער זיי נעמען זייערע פּאָזיציעס אין דער יבשה־אָפּעראַציע: