ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published July 28, 2014, issue of August 15, 2014.

אַ מעלבורנער תּלמיד ווערט פֿאַרוווּנדעט אין עזה

דער 22־יאָריקער צה”ל־סאָלדאַט, דניאל ווײַן, האָט זיך געלערנט אין דער ליבלער-יבֿנה קאָלעדזש־טאָגשול אין מעלבורן זיבן יאָר, בעת זײַן משפּחה האָט דאָ געוווינט צווישן 2000 און 2007. ער און זײַן עלטערער ברודער רפֿואל האָבן געקעמפֿט אין עזה, וווּ דניאל איז פֿאַרוווּנדעט געוואָרן די פֿאָריקע וואָך און היילט זיך איצט אין אַ שפּיטאָל לעבן תּל-אָבֿיבֿ.

היטשקאָקס דאָקומענטאַר-פֿילם וועגן נאַצישע טויט-לאַגערן

אַ קאַדער פֿונעם פֿילם „דײַטשע קאָנצענטראַציע-לאַגערן — אַ פֿאַקטישע אויספֿאָרשונג‟
אַ קאַדער פֿונעם פֿילם „דײַטשע קאָנצענטראַציע-לאַגערן — אַ פֿאַקטישע אויספֿאָרשונג‟

די אַליִיִרטע רעגירונגען האָבן באַשלאָסן אין אַפּריל 1945 צוצוגרייטן אַ דאָקומענטאַר-פֿילם וועגן נאַצישע פֿאַרברעכנס, וואָס זיי האָבן פּלאַנירט צו ווײַזן אין דײַטשלאַנד בײַם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. אַמעריקאַנער, בריטישע און סאָוועטישע סאָלדאַטן האָבן פֿילמירט די באַפֿרײַונג פֿון נאַצישע טויט-לאַגערן פֿאַרן פֿילם. אַפֿילו דער באַרימטער פֿילם-רעזשיסאָר אַלפֿרעד היטשקאָק האָט געאַרבעט אויפֿן פֿילם, וועמענס ציל איז געווען צו ווײַזן אַלע דײַטשן דאָס אמתע פּנים פֿון נאַציזם.

דער פֿילם ווײַזט אויך די אַרבעט פֿון די אַליִיִרטע אַרמייען בײַם העלפֿן די, וועלכע האָבן דערלעבט צו דער באַפֿרײַונג. היטשקאָק האָט געאַרבעט איין חודש אויפֿן פֿילם. זײַן ציל איז געווען, צו רעזשיסירן דעם פֿילם אויף אַזאַ אופֿן, אַז אַלע זאָלן פֿאַרשטיין: דאָס געוויזענע איז נישט פֿאַלסיפֿיצירט געוואָרן; אַז דער פֿילם ווײַזט דעם ריינעם אמת. דער פֿילם איז נישט פֿאַרענדיקט געוואָרן נאָך דעם, ווי אַמעריקע און ענגלאַנד האָבן אָנגעהויבן מורא צו האָבן, אַז דער פֿילם וועט צעשטערן זייערע באַציִונגען מיט דײַטשלאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.

א טייל פֿונעם פֿילם איז ערשט געוויזן געוואָרן אויפֿן בערלינער פֿילם־פֿעסטיוואַל אין 1984 אָן דעם קלאַנג. דער גאַנצער פֿילם, וואָס הייסט, „דײַטשע קאָנצענטראַציע-לאַגערן — אַ פֿאַקטישע אויספֿאָרשונג‟ (דאָס איז געווען דער אָריגינעלער פּלאַנירטער טיטל פֿון 1945), און וואָס דויערט זיבעציק מינוט, איז געוויזן געוואָרן אויפֿן הײַיאָריקן בערלינער פֿילם-פֿעסטיוואַל אין חודש מאַרץ.

דער פֿילם איז אויך געוויזן געוואָרן אויפֿן ירושלימער פֿילם-פֿעסטיוואַל מיט עטלעכע וואָכן צוריק, און וועט פּרעזענטירט ווערן צוויי מאָל אויפֿן מעלבורנער פֿילם-פֿעסטיוואַל אין אויגוסט. אַנדערע פֿילמען מיט ייִדישער טעמאַטיק אָדער פֿילמען מיט ייִדישע רעזשיסאָרן וועלן אויך געוויזן ווערן אויפֿן מעלבורנער פֿילם-פֿעסטיוואַל.

אויסטראַלישער ייִדישער העלד פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה

אַדאָלף־דייוויד־לעאָן האָפֿמאַן איז אַלט געווען נאָר איין און צוואַנציק יאָר, ווען ער איז אומגעקומען, בעת זײַן עראָפּלאַן האָט באָמבאַרדירט די נאַציס אין בעלגיע אין אַפּריל, 1944. ער איז לעצטנס דערמאָנט געוואָרן בײַם אויסטראַלישן מלחמה-דענקמאָל אין דער אויסטראַלישער הויפּט-שטאָט קאַנבערע. דער דענקמאָל, וואָס איז אויך אַ מיליטערישער מוזעום, האָט אײַנגעפֿירט אַ נײַע צערעמאָניע בײַם סוף פֿון יעדן טאָג, כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד יחידים, וועמענס נעמען געפֿינען זיך אויף זײַן ערן-רשימה, וווּ עס זײַנען פֿאַרשריבן די נעמען פֿון העכער הונדערט צוויי טויזנט אויסטראַלישע מיליטערישע העלדן. די צערעמאָניע קען געהערט ווערן יעדן טאָג אויפֿן דענקמאָלס וועבזײַט. האָפֿמאַנס ברודער, אַ פּלימעניצע, אַ פּלימעניק און אַ שוועסטער-קינד האָבן אָנטיילגענומען אין דער צערעמאָניע. האָפֿמאַן איז געבוירן געוואָרן אין בריסביין, קווינסלאַנד, און איז באַערדיקט אויף אַ מיליטערישן צווינטער און בית-עולם אין בעלגיע.

מעלבורנער רבֿ טאַדלט גוואַלד-אַקטן

שוין דרײַ יאָר ווי הרבֿ יען גודהאַרט (מעלבורנער בלייק סטריט שיל) דינט ווי אַן אַמבאַסאַדאָר פֿאַר דער „ווײַסער סטענגע־נאַכט‟, אַן אָוונט, ווען מענער און פֿרויען קומען זיך צונויף, כּדי אַרומצורעדן די ענינים, וועלכע זײַנען פֿאַרבונדן מיט גוואַלד-אַקטן, באַגאַנגען פֿון איין משפּחה-מיטגליד קעגן אַנדערע מיטגלידער. ער האָט באַטאָנט, אַז די מיינונגען פֿון אַ טייל מענער וועגן אַזעלכע אַקטן זײַנען נישט אָננעמלעך, און אַז זיי זײַנען אַפֿילו סכּנותדיק. הרבֿ גודהאַרט זאָגט, אַז די פּראָבלעם עקסיסטירט אויך אין דער ייִדישער קהילה, כאָטש פֿיל ייִדן לייקענען דעם פֿאַקט. ער זאָגט, אַז די מענער דאַרפֿן פֿאַרשטיין: זיי אַליין מוזן לייזן די פּראָבלעם.