ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published July 30, 2014, issue of August 15, 2014.

פּרעסע־קאָנפֿערענץ וועגן דעם איצטיקן מצבֿ אין ישׂראל

דאָס ייִדישע לעבן אין מאָסקווע איז פֿאַרבונדן מיט דעם, וואָס ס‘קומט איצט פֿאָר אין מדינת־ישׂראל. מאָנטיק דעם 28סטן יולי איז אין פּרעסע־צענטער פֿון רוסישער „נאַציאָנאַלער נײַעס־דינסט‟ דורכגעפֿירט געוואָרן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע „ישׂראל און ׳כאַמאַס׳: ווען וועט די מלחמה זיך ענדיקן‟. אין דער באַגעגעניש האָבן אָנטייל גענומען די אַמבאַסאַדאָרין פֿון דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אָלגאַ סלאָוו, דער וואָרטזאָגער בײַ דער אַמבאַסאַדע אַלעקס קאַגאַלסקי און ישׂראל־בירגער, וואָס לײַדן פֿון די ראַקעטן־באַשיסונגען. זיי האָבן דערציילט וועגן דעם לעבן בעת דער מלחמה אין פֿאַרשיידענע ישׂראלדיקע שטעט, באַוויזן אַ קורצן פֿילם וועגן דער לאַגע אין דער שטאָט שׂדרות, וואָס געפֿינט זיך ממש לעבן דער גרענעץ פֿון עזה־פּאַס און ווערט באַשאָסן שוין 13 יאָר נאָכאַנאַנד. די רייד איז אויך געגאַנגען וועגן דער מיליטער־אָפּעראַציע, איר גאַנג און אירע פּערספּעקטיוון.

„שחר‟: אַקציע צו שטיצן ישׂראל

פֿרײַטיק דעם 25סטן יולי האָט די ציוניסטישע באַוועגונג „שחר‟ מיט דער שטיצע פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟ אָרגאַניזירט נאָך אַ פּראָ־ישׂראלדיקע דעמאָנסטראַציע. צענדליקער יונגע לײַט זענען אַרויס אויף דעם „רויטן פּלאַץ‟ — אין סאַמע צענטער פֿון מאָסקווע, און אויף די גאַסן אין אַנדערע צענטראַלע געגנטן פֿון דער הויפּטשטאָט. זיי האָבן פֿאַנאַנדערגעגעבן פֿלוגבלעטלעך און העמדלעך, דערציילט די פֿאַראינטערעסירטע פֿאַרבײַגייער וועגן דער מלחמה, דערקלערט די פּאָזיציע פֿון מדינת־ישׂראל. קיין פֿאַלן פֿון אַנטיסעמיטיזם זענען דערבײַ ניט פֿאָרגעקומען, נאָר איין פֿאַרבײַגייער האָט דעמאָנסטראַטיוו צעריסן און אַוועקגעוואָרפֿן דאָס פֿלוגבלעטל. ס‘רובֿ האָט זיך צוגעהערט און פֿאַראינטערעסירט.

אין דער באַוועגונג „שחר‟ שטרײַכט מען אונטער, אַז אין דער אַקציע האָבן זיך באַטייליקט אי ייִדן, אי רוסן, אי מענטשן פֿון אַנדערע פֿעלקער, פֿון פֿאַרשיידענע גלויבנס.

פֿאָעזיע פֿון רינת הופֿר אין דער רוסישער איבערזעצונג

אין מאָסקווער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ איז די טעג אַרויס אַ בוך פֿון דער פּאָפּולערער ישׂראלדיקער פּאָעטעסע רינת הופֿר, איבערגעזעצט אין רוסיש. הופֿר איז אי אַ פּאָעטעסע, אי אַ צייכערין, זי אילוסטרירט אירע ביכער אַליין. דאָס ביכל „דינהלעס שטעגל‟ („איילת מטיילת‟ אינעם מקור) איז אַ ביכל פֿון רעטענישן. באַזונדערס געראָטן איז די איבערזעצונג אויף רוסיש, געמאַכט פֿון מאַריאַ בלינקינאַ־מעלניק.

אַ רעפֿעראַט וועגן שבתי־צבֿי־באַוועגונג

דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי אָרגאַניזירט די טעג אַ ציקל רעפֿעראַטן וועגן שבתי־צבֿי, זײַן באַוועגונג און זײַנע נאָכפֿאָלגער — נתן פֿון עזה און אַבֿרהם מיגעל קאַרדאָזאָ. די רייד גייט סײַ וועגן געשיכטע פֿון דער באַוועגונג און סײַ וועגן איר פֿילאָסאָפֿיע: עס ווערן אַנאַליזירט רעליגיעזע טעקסטן פֿון די דרײַ פֿירער. דעם רעפֿעראַט האַלט דער גראַדואַנט פֿונעם ירושלימער אוניווערסיטעט מאַרק גאָנדעלמאַן.

אַ ביבליאָטעק פֿון מאָסקווער באַרג־ייִדן

אין מאָסקווע איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש פֿון באַרג־ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן, וואָס וווינען אין מאָסקווע. דאָס אָרט פֿאַר דער באַגעגעניש איז געווען די ביבליאָטעק פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער באַרג־ייִדישער וווילטעטיקער פֿונדאַציע, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט אַ חודש צוריק.

עס האָבן פֿאָרגעלייענט זייערע ווערק אַגנעסאַ מאַסאַנדילאָוואַ, יעווגעני איסאַקאָוו, מאַריאַ און וולאַדימיר פּסחאָוו, אפרים יאַקובאָוו. אויפֿגעטראָטן איז אויך דער פּרעזידענט פֿון דער פֿונדאַציע, גערמאַן זאַכאַריאַיעוו, אַ פּאָליטיקער און אַ מעצענאַט. אין זײַן ביבליאָטעק זאַמלט ער ביכער אויף טאַטיש. זײַן זאַמלונג פֿאַרמאָגט ביכער פֿון אַלע באַרגישע שרײַבער, וואָס לעבן הײַנט אין מאָסקווע. דאָס איז געווען די ערשטע ליטעראַרישע באַגעגעניש אין דער ביבליאָטעק, אָבער די אַדמיניסטראַציע פֿון דער פֿונדאַציע וויל די ביבליאָטעק זאָל ווערן אַ באַקאַנט אָרט אויף דער ייִדישער מאַפּע פֿון מאָסקווע.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.