אין חלום זע איך נאָך דעם גזשיבאָוו...

I Still See the Gzshibov in My Dreams

Wikimedia Commons

פֿון הערשל גלעזער

Published August 01, 2014, issue of August 29, 2014.

אַז מע קערט זיך אום פֿון וואַרשע נאָך אַ וויזיט, איז אַלע מאָל דאָ וועגן וואָס צו טראַכטן. ס’איז שווער צו זען די נעמען פֿון די גאַסן און נישט דערמאָנען זיך אין די ווערק אויף מאַמע־לשון, פֿאַרבונדן פּוילן בכלל און וואַרשע בפֿרט.

אין וואַרשע בין איך צום צווייטן מאָל געווען אַ לערער אינעם ייִדישן זומערקורס, דאָס מאָל — אין סאַמע האַרץ פֿון דער שטאָט (ס’פֿריִערדיקע מאָל איז עס פֿאָרגעקומען מחוץ דער שטאָט). לכּבֿוד דער געלעגנהייט, האָבן מיר מיט די סטודענטן געלייענט פּרצן, באַשעוויסן, צייטלינען, דעם טונקעלן, וואָס זיי האָבן אַלע געוווינט אין וואַרשע, און ב. ייִאושזאָן, אַ געבוירענער אין וואַרשע.

דאָס ערשטע ווערק איז געווען באַשעוויסעס ראָמאַן „פֿאַמיליע מושקאַט“, וואָס ער הייבט זיך אָן מיט ר’ משולם מושקאַטס אומקערן זיך קיין וואַרשע מיט זײַן דריט ווײַב און שטיפֿטאָכטער. דאָ אַנטפּלעקט דער שרײַבער זײַן גרויסע דערציילערישע קונסט, איבערגעבנדיק אַזוי פֿיל פּרטים בײַם שילדערן די גאַס, אַז מיר זעען עס ממש פֿאַר די אויגן:

לייבל דער בעל־עגלה איז אַרויסגעפֿאָרן צום ווינער וואָקזאַל מיט דער קאָטש און אָפּגעוואַרט דעם באַלעבאָס… דער וועג פֿון וויעלקע צום גזשיבאָוו איז געווען פֿאַרשפּאַרט מיט וועגענער פֿון פֿײַער־לעשער און מ’האָט געמוזט פֿאָרן מיט דער מאַרשאַלקאָווסקע און דער קרולעווסקע… אַלץ איז ר’ משולמען דאָ געווען היימיש: די הויכע הײַזער מיט די טיפֿע טויערן; די געשעפֿטן מיט די העל באַלויכטענע שויפֿענצטער; דער רוסישער פּאָליציאַנט וואָס איז געשטאַנען אין מיטן גאַס, צווישן די צוויי שורות רעלסן; דער זאַקסישער גאָרטן, וואָס פֿון איבער זײַנע אײַזערנע שטאַכעטן האָבן אַרויסגעשפּאַרט געדיכטע צווײַגן מיט בלעטער… מיט אַ מאָל האָט זיך די קאָטש אַרײַנגעדרייט אויפֿן גזשיבאָוו און אַלץ האָט זיך פֿאַרענדערט. די גאַס איז געווען פֿול מיט ייִדן אין לאַנגע קאַפּאָטעס און קליינע טוכענע היטלעך און מיט ווײַבער אין שייטלען און קאָפּקעס. אַפֿילו די ריחות זענען דאָ געווען אַנדערע. עס האָט אַ שמעק געטאָן מיט רינשטאָק, צוגעפֿוילט אויפּס, קאַלך און נאָך עפּעס זיסלעכס און פּעכיקס… ר’ משולם האָט אַרויסגעקוקט דורכן פֿענצטער פֿון דער קאָטש און אַ זאָג געטאָן צו זיך אַליין און צום ווײַב:

„ארץ־ישׂראל, הע?“

פֿאַרשטייט זיך, אַז אין די איבער הונדערט יאָר זינט ס’האָט זיך אָפּגעשפּילט די דאָזיקע מעשׂה, איז וואַרשע געוואָרן אין גאַנצן אַן אַנדער שטאָט. אַפֿילו דער ווינער וואָקזאַל איז מער נישטאָ, אָבער זײַן אָרט האָבן פֿאַרנומען דער צענטראַלער וואָקזאַל און דער „צענטער־שטאָטישער“, וואָס פֿון אים פֿאָרן אַרויס באַנען אין דער פֿאָרשטאָט. די מאַרשאַלקאָווסקע און די קרולעווסקע זענען ווײַטער צווישן די וויכטיקסטע און געפּאַקטסטע גאַסן; אונטער דער מאַרשאַלקאָווסקע פֿאָרט הײַנט די ערשטע ליניע פֿונעם מעטראָ, און די קרולעווסקע איז היפּש פֿאַרשטאָפּט, ווײַל לעבן איר בויט מען די צווייטע מעטראָ־ליניע. אויפֿן גזשיבאָוו (מלוכישער נאָמען: Plac Grzybowski, אויפֿן נאָמען פֿונעם פּריץ, וואָס איז אַ מאָל געווען דער באַלעבאָס פֿון דער געגנט) געפֿינט מען דעם ייִדישן טעאַטער, וווּ מע האָט פֿאַר די סטודענטן און לערערס דורכגעפֿירט אַ קבלת־פּנים, און די נאָזשיק־שיל, וווּ מע האָט אָפּגעריכט אַ הזכּרה נאָך די אומגעקומענע ישׂראלדיקע יונגע־לײַט סוף יוני.