נאָרבערט ווינער אינעם 21סטן יאָרהונדערט

Norbert Wiener in the 21th Century

נאָרבערט ווינערס קלאַסיש ווערק וועגן די באַציִונגען צווישן לעבעדיקע אָרגאַניזמען און מאַשינען, פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין 1948
Getty Images
נאָרבערט ווינערס קלאַסיש ווערק וועגן די באַציִונגען צווישן לעבעדיקע אָרגאַניזמען און מאַשינען, פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל אין 1948

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 03, 2014, issue of August 29, 2014.

פֿונעם 24סטן ביזן 26סטן יוני איז אין באָסטאָן פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ, „ווינער אינעם 21סטן יאָרהונדערט‟, אָרגאַניזירט דורכן „אינסטיטוט פֿון עלעקטרישע און עלעקטראָנישע אינזשענירן‟ (IEEE) — די גרעסטע וועלט־אַסאָציאַציע פֿון טעכנאָלאָגיע־מומחים מיט איבער 429,000 מיטגלידער. באָסטאָן איז אַ באַרימטער צענטער פֿון קאָמפּיוטערײַ־פֿאָרשונגען אין דער וועלט, פֿאַרבונדן מיט די נעמען פֿון אַ סך וועלט־באַרימטע וויסנשאַפֿטלער, אַרײַנגערעכנט נאָרבערט ווינער — דער פֿאָטער פֿון קיבערנעטיק.

אַ סאָוועטיש בוך וועגן קיבערנעטיק
אַ סאָוועטיש בוך וועגן קיבערנעטיק

די באַטייליקטע אין דער קאָנפֿערענץ זענען אויפֿגעטראָטן מיט רעפֿעראַטן אויף פֿאַרשיידנאַרטיקע טעמעס, וואָס קאָנען פֿאַר אַ זײַטיקן מענטש אויסזען ווי אַ מאָדנער מישמאַש פֿון ענג־ספּעציאַליזירטע קאָמפּיוטערישע געביטן און ברייטע אַלגעמיינע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און געזעלשאַפֿט, מעטאַפֿיזיק, מאַרטין הײַדעגערס עקזיסטענציאַליזם און אַפֿילו אײַזיק אַזימאָווס פֿאַנטאַסטישע ראָמאַנען.

דאָס איז נישט קיין חידוש, ווײַל ווינער האָט איבערגעלאָזט אַ פֿילזײַטיקע איטעלעקטועלע ירושה, וואָס האָט אַ שײַכות צו לינגוויסטיק, סעמיאָטיק, פֿילאָסאָפֿיע, געשיכטע, פּאָליטיק, סאָציאָלאָגיע און אַפֿילו ייִדישקייט. הגם ווינער איז נישט געווען קיין רעליגיעזער מענטש, האָט דער „מאַסאַטשוסעטשער אינסטיטוט פֿון טעכנאָלאַָגיע‟ (MIT), וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ פּראָפֿעסאָר, אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 1964, ווען ווינער איז ניפֿטר געוואָרן, זײַן בוך „גאָט און גולם‟, וווּ ער באַטראַכט פֿאַרשיידענע רעליגיעזע און געזעלשאַפֿטלעכע פֿראַגעס.

אינעם דאָזיקן בוך מאַכט ווינער דעם אויספֿיר, אַז אין דער קאַפּיטאַליסטישער סיסטעם הערשט די עבֿודה־זרה פֿון געברויך און אומיושר אונטער פֿאַלשע לאָזונגען פֿון „פֿרײַען מאַרק‟ און „עקאָנאָמישן וווּקס‟. די זעלבע עבֿודה־זרה, דערקלערט ער ווײַטער, האָט אויך געהערשט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אונטער די פֿאָנען פֿון מאַרקסיזם און דער „דיקטאַטור פֿון פּראָלעטאַריאַט‟. בײַם סוף פֿונעם בוך, קריטיקירט ער דעם מהר״ל פֿאַרן געדאַנק צו שאַפֿן אַ ליימענער כּמו־מענטש, און וואָרנט, אַז די מאַשינען זענען די הײַנטיקע גולמס, וואָס די אומאַחריותדיקע מאַכטהאָבער קאָנען אויסנוצן פֿאַר סכּנותדיקע צוועקן.

דאָס איז אַ פּעסימיסטישער בײַשפּיל פֿון ווינערס געדאַנקען־גאַנג. קיבערנעטיק ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי אַן אַלטמאָדישער סינאָנים פֿון קאָמפּיוטערײַ, און ווינערס פֿאָרשונגען האָבן טאַקע שטאַרק געווירקט אויף דער אַנטוויקלונג פֿון די פֿריִיִקע קאָמפּיוטערס אין די 1950ער יאָרן. אין דער אמתן, איז עס אָבער אַ צווישן־דיסציפּלינערער צוגאַנג צו אַלערליי סיסטעמען, פֿון מאַשינען ביז מענטשן, בעלי־חיים, סאָציאַלע סטרוקטורן און נאַטור־סבֿיבֿות. קיבערנעטיק שטרעבט צו אַנאַליזירן אויף אַ פֿאָרמעלן אופֿן די ענינים פֿון קאָנטראָל, קאָמוניקאַציע און באַציִונגען.

ווינער איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, אינעם יאָר 1894, בײַ אַ ביאַלאָסטאָקער ייִדיש־פֿאָרשער, לעאָ ווינער, און אַן אַמעריקאַנער אַסימילירטער „יעקישער‟ דײַטשיש־רעדנדיקער מאַמע, בערטאַ קאַן. זײַן טאַטע — אַ פּאָליגלאָט, וועלכער האָט געקענט אַ פּאָר צענדליק שפּראַכן — איז באַקאַנט פֿאַר זײַנע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער פֿילאָלאָגיע. אינעם 1899, האָט ער אַרויסגעגעבן אויף ענגליש דאָס ערשטע בוך וועגן דער געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. לעאָ ווינער האָט אויך איבערגעזעצט 24 בענד פֿון לעוו טאָלסטויס ווערק אויף ענגליש: זײַענדיק אַ נאָכפֿאָלגער פֿון די פּאַציפֿיסטיש־אַנאַרכיסטישע געדאַנקען פֿונעם גרויסן רוסישן שרײַבער, האָט ער געפּרוּווט צו שאַפֿן אַ וועגעטאַרישע קאָמונע אין בעליז; דווקא צוליב דעם איז ער געקומען קיין אַמעריקע.