אַ סוף-וואָך אין דער אייראָפּעיִשער הויפּטשטאָט

A Weekend in the Capital of Europe

דער בנין־קאָמפּלעקס פֿון דעם איראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אין בריסל
דער בנין־קאָמפּלעקס פֿון דעם איראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אין בריסל

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 05, 2014, issue of August 29, 2014.

די צײַט פֿליט און ס׳איז שווער צו טאָן עפּעס מיט דער דאָזיקער ברייט-באַקאַנטער און זייער פֿאַרדריסלעכער דערשײַנונג פֿון אונדזער לעבן. אמת, מע קען ערגעץ אַוועקפֿאָרן אויף אַ פּאָר טעג, און דעמאָלט וועלן די דאָזיקע טעג גלײַך ווי זיך צעציִען אויף אַ לענגערער צײַט. איך בין זיכער, אַז אַלע האָבן געהאַט די דאָזיקע דערפֿאַרונג. האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, ווידער אַ מאָל דערפֿילט דעם צײַט-צעציִענדיקן פֿענאָמען דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף-וואָך: שבת אין דער פֿרי האָבן מיר זיך אַוועקגעזעצט אין דעם „יוראָסטאַר‟-צוג, וואָס האָט אונדז אין משך פֿון אַ פּאָר שעה אַריבערגעטראָגן פֿון לאָנדאָן קיין בריסל, און זונטיק אויף דער נאַכט האָט אַזאַ צוג ווידער געמאַכט דעם דאָזיקן קונץ, אָבער שוין אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג.

איך וועל ניט אָנהייבן דאָ דערציילן וועגן די שיינקייטן פֿון דער בעלגישער הויפּטשטאָט צי לעקן די פֿינגער פֿון די בעלגישע מאכלים. דאָס זײַנען אַלעמען באַקאַנטע זאַכן. צוליב דעם שלעפּט מען זיך אַהין. אָבער אויף מיר האָט דעם שטאַרקסטן אײַנדרוק געמאַכט די בולט-אויסגעשפּראָכענע אייראָפּעיִשקייט פֿון דעם אָרט. ניט צופֿעליק איז דאָך בריסל באַקאַנט ווי די אייראָפּעיִשע הויפּטשטאָט; דאָרטן באַזירט זיך אַ ריזיקע צאָל דיפּלאָמאַטן און פּאָליטיקער, וואָס סדרן, צי לכל-הפּחות מאַכן אַן אָנשטעל פֿון אויססדרן, כּלערליי געמיינזאַמע פֿראַגן פֿאַר די 28 מדינות, וועלכע גייען אַרײַן אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. אין דער טיר קלאַפּן זיך שוין לאַנג אַ צאָל אַנדערע בעלנים, אָבער מע הערט די רייד, אַז אין די קומענדיקע פֿינף יאָר וועט מען קיין נײַע מיטגלידער ניט אָננעמען.

די דאָזיקע לענדער — אי די מיטגלידער, אי די וואָס ווילן אַרײַנטרעטן — האָבן איבערגעלעבט צוויי וועלט-מלחמות, ווען מע האָט אויסגעהרגעט מיליאָנען לײַט און זיך אָנגענומען מיט שׂינאה איינער צום אַנדערן. איצט קריגט מען זיך אויך, דער עיקר, צוליב עקאָנאָמישע ענינים, אימיגראַציע וכ‘. אָבער ס‘איז קלאָר, אַז די אַמאָליקע שׂינאה האָט זיך אײַנגעשטילט און קיין מלחמה וועט שוין צווישן זיי זיך ניט צעפֿלאַקערן. דאָס איז, אַ פּנים, די גרעסטע דערגרייכונג פֿון אָט דער פֿאַראייניקונג. בינו-לבינו, האָט זי זייער אַ סך קעגנער, סײַ אין אייראָפּע, סײַ מחוץ דעם קאָנטינענט; אַ שטייגער, ענגלאַנד סטראַשעט מיט אַרויסגיין פֿון דעם קלוב, טאָמער געוויסע תּקנות וועלן זיך אין אים ניט בײַטן.

דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, גענאַדי עסטרײַך; אויפֿן הינטערגרונט — „קײַזערווילאַ‟
דער מחבר פֿונעם אַרטיקל, גענאַדי עסטרײַך; אויפֿן הינטערגרונט — „קײַזערווילאַ‟

מיר געדענקען נאָך זייער גוט, ווי עס האָט שוין, דאַכט זיך, געהאַלטן בײַם אַרויסשטופּן עטלעכע שוואַכע לענדער, קודם-כּל —גריכנלאַנד, פֿון דער פֿאַראייניקונג, אָבער די עקאָנאָמישע וווּנדן ווערן ביסלעכווײַז פֿאַרהיילט. אָנהייב יולי האָב איך פֿאַרבראַכט אַ וואָך אין גריכנלאַנד, וווּ דער מצבֿ איז נאָך זייער ווײַט פֿון אַ באמת גוטן, אָבער וועגן די פֿאַרבליבענע שוועריקייטן האָב איך געלייענט אין דער צײַטונג און זיי לחלוטין ניט געפֿילט אין מײַן סטאַטוס פֿון אַן אויסלענדישן ליידיקגייער. דער איינציקער סימן פֿון פּראָבלעמען האָט זיך דערפֿילט אין דעם לעצטן טאָג, ווען טויזנטער מלוכה-אָנגעשטעלטע זײַנען אַרויס אויף אַ שטרײַק. אָבער לסוף האָט עס אונדז ניט פֿאַרטשעפּעט, מיר זײַנען בשלום געקומען אין אַעראָפּאָרט און פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד.

בעלגיע געהערט ניט צו די „שוואַכלינגען‟, כאָטש עס האָט אויך דערפֿילט שוועריקייטן. ס‘איז אַ לאַנד, וואָס האָט געוויזן, אַז עס קען לעבן אַ לענגערע צײַט אָן אַ רעגירונג — די פֿלעמיש-פֿראַנצויזישע צעטיילונג לאָזט ניט צו געפֿינען קיין פּשרה אין אַ סך פֿראַגן; אָבער דער אויסלענדישער ליידיקגייער באַמערקט ניט עס זאָל צוליב דעם הערשן אַ כאַאָס. בריסל רעדט זיך אויף צוויי שפּראַכן און נאָך צענדליקער אַנדערע לשונות, וואָס הערן זיך אומעטום. די גרעסטע פּאָליגלאָטן זײַנען, דאַכט זיך, די חוצפּהדיקע יאַטן, וואָס שטייען בײַם אַרײַנגאַנג אין רעסטאָראַנען און פּרוּוון פֿאַרנאַרן אַהין די פֿאַרבײַגייענדיקע טוריסטן.

זונטיק האָבן מיר פֿאַרבראַכט אַ ביסל צײַט אין דעם קעניגלעכן פּאַלאַץ, וווּ די הויפּט-טעמע איז הײַנט, פֿאַרשטייט זיך, די ערשטע וועלט-מלחמה. מיט פּונקט הונדערט יאָר צוריק איז ענגלאַנד אַרײַן אין דער מלחמה, כּדי פֿאַרטיידיקן בעלגיע. אַזוי האָט עס, יעדנפֿאַלס, דעמאָלט אויסגעזען. בכלל, בלײַבט עס אָפֿט מאָל אַ רעטעניש פֿאַר די היסטאָריקער: וואָס איז געווען די אמתע סיבה אײַנצושליסן זיך אין דער שרעקלעכער בלוטבאָד?

פּאָליטיקער אָנערקענען ניט קיין רעטענישן; זיי ניצן אויס היסטאָרישע געשעענישן פֿאַר הײַנטיקע צילן. דער רוסישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין האָט די טעג געזאָגט, אַז די רוסישע מלוכה האָט זיך אויפֿגעפֿירט שיין און העראָיִש, אָבער דעם נצחון האָט מען בײַ איר „צוגעגנבֿעט‟. ער האָט ניט אָנגערופֿן דעם „גנבֿ‟, אָבער אַנדערע לײַט, באַהאַוונטע אין פּראָפּאַגאַנדע, האָבן זיך שוין אָנגעשטויסן, אַז ער האָט, אַ פּנים, געמיינט… די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אמת, מיט צוויי חדשים צוריק, בעת אַ גרויסער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, דורכגעפֿירט אין מאָסקווע אויף דער טעמע פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָב איך פֿון קיינעם פֿון די היסטאָריקער אַזאַ „אײַנפֿאַל‟ ניט דערהערט.

די טעמע פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה איז אין אייראָפּע ניט קיין ריין-יוביליייִשע. דער גאַנצער קאָנטינענט איז פֿול מיט ערטער, וואָס ווערן אַסאָציִיִרט מיט די יאָרן 1914–1918. פֿאַראַיאָרן, אויך אין אויגוסט, זײַנען מיר גאַנץ צופֿעליק אַרײַנגעפֿאָרן אין דעם עסטרײַכישן שטעטל באַד אישל, וווּ עס געפֿינט זיך די אַזוי-גערופֿענע „קײַזערווילאַ‟. דאָרטן פֿלעגט דער עסטרײַכישער אימפּעראַטאָר פֿראַנץ יאָזעף פֿאַרברענגען די וואַרעמע חדשים, און דאָרטן האָט ער אונטערגעשריבן דאָס פּאַפּירל, וואָס האָט געשיקט זײַן אַרמיי — און אין לעצטן סך-הכּל כּמעט די גאַנצע וועלט — אין דעם מלחמה-פֿײַער. אין בריסל פֿילט מען הײַנט, אפֿשר פֿאַרפֿירעריש, אַז נאָך דעם ים פֿאַרגאָסענעם בלוט האָט אייראָפּע זיך אויסגעלערנט צו לעבן אין שלום און וויל זיך אָפּטרייסלען פֿון אַלע אַנדערע ערטער, וווּ עס גיסט זיך נאָך אַלץ בלוט.