רבֿ אַטאַקירט אין מאַלמע

Rabbi Attacked in Malmo

הרבֿ שניאור קעסלמאַן לעבן דער הויפּטשיל אין מאַלמע
הרבֿ שניאור קעסלמאַן לעבן דער הויפּטשיל אין מאַלמע

פֿון ייִט״אַ

Published August 05, 2014, issue of August 29, 2014.

אַ רבֿ אין דער שוועדישער שטאָט מאַלמע, באַגלייט פֿון איינעם פֿון זײַנע מתפּללים, איז שבת־צו־נאַכטס באַפֿאַלן געוואָרן.

הרבֿ שניאור קעסלמאַן און הוגאָ קלײַן זענען אַרויסגעגאַנגען פֿון דער הויפּטשיל אין מאַלמע, בערך 9 אַ זייגער אין אָוונט, ווען אַן אויטאָ האָט זיך דערנענטערט צו זיי, עטלעכע מענער האָבן אויסגערופֿן אַנטיסעמיטישע לאָזונגען און געוואָרפֿן אַ גלעזערנע פֿלאַש אויף זיי. די פֿלאַש האָט אין זיי נישט געטראָפֿן און זיך צעבראָכן אויף דער וואַנט הינטער זיי, האָט זונטיק איבערגעגעבן די טאָגצײַטונג Sydsvenskan. פֿריִער אין אָוונט האָט עמעצער אין אַ פֿאַרבײַגייענדיקן אויטאָ געוואָרפֿן אַן אָנצינדער אויף די צוויי ייִדן.

דעם 31סטן יולי האָט עמעצער צעבראָכן דרײַ פֿענצטער אין דער שיל דורך וואַרפֿן זאַכן אויפֿן בנין.

אין מאַלמע, אַ שטאָט פֿון 300,000 אײַנוווינער, וווינען עטלעכע הונדערט ייִדן. אַ דריטל פֿון דער באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון מוסולמענישע אימיגראַנטן און זייערע קינדער און אייניקלעך.

צענדליקער אַנטיסעמיטישע אינצידענטן ווערן יעדעס יאָר איבערגעגעבן דער פּאָליציי אין מאַלמע. מיט אַ חודש צוריק האָט מען שטאַרק אָנגעשלאָגן אַ מאַן פֿאַר האָבן אויפֿגעהאָנגען אַ ישׂראלדיקע פֿאָן אין זײַן פֿענצטער.

דעם 16טן אַפּריל האָט דער ראַיאָן סקאַנע, וווּ מאַלמע געפֿינט זיך, אָפּגעוואָרפֿן דעם פֿאַרלאַנג פֿון דער ייִדישער קהילה צו פֿאַרגרעסערן די צאָל זיכערהייט־קאַמערעס לעבן די ייִדישע אײַנריכטונגען, האָט איבערגעגעבן מיכאַיִל געלוואַן, פֿאָרזיצער פֿונעם „נאָרדלענדישן ראַט פֿאַר דער זיכערהייט פֿון די ייִדן‟, און פּער־עריק עבעשטאַל, דער זיכערהייט־דירעקטאָר פֿון דער שטאָט מאַלמע, כאָטש די מוניציפּאַליטעט האָט אַליין געטענהט, אַז דאָס איז נייטיק.

די באַאַמטע פֿון סקאַנע האָבן נישט געענטפֿערט אויף דער בקשה פֿון ייִט״אַ נאָך מער אינפֿאָרמאַציע.