ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published August 06, 2014, issue of August 29, 2014.

פּראָ־ישׂראלדיקע אַקציע פֿון „שחר‟ גייט אָן ווײַטער

די וואָך זײַנען דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס און די ציוניסטישע באַוועגונג „שחר‟ ממשיך געווען מיט אַקציעס. אַרום 50 פֿרײַוויליקע זײַנען אַרויס אויף די גאַסן אין די ראַמען פֿון דער אַקציע „סטאָפּ טעראָר‟ — זייער ציל איז ווידער געווען צו דערקלערן די פּאָזיציע פֿון ישׂראל אין דער מלחמה. זיי האָבן פֿאַנאַנדערגעטיילט בסך־הכּל 2,000 פֿלוגבלעטלעך, און גערעדט מיט מענטשן אויף די גאַסן, געענטפֿערט אויף זייערע פֿראַגעס. די אַקציע האָט אויכעט געהאַט אַ פּאָליטישן זין. זי איז פֿאָרגעקומען בלויז אין 3 שטעט: אין מאָסקווע, אין פּעטערבורג און אין סימפֿעראָפּאָל, אין דער הויפּטשטאָט פֿון אַנומלט אַנעקסירטן קרים.

אַ ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע איבער רוסישע שטעט

מיטאַרבעט מיט די רעגיאָנען איז ניט נאָר די פּריווילעגיע פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟. דער רוסישער חב״ד, דאָס הייסט, די פֿעדעראַציע פֿון רוסלענדישע ייִדישע קהילות, האָט די וואָך דערקלערט דעם אָנהייב פֿון דער דריטער, אַזוי־גערופֿענער, „ייִדישער עטנאָגראַפֿישער עקספּעדיציע איבער רוסישע שטעט‟. דער צוועק איז צו באַזוכן אַ סך שטעט, וווּ עס זענען דאָ ייִדישע קהילות, און צו דערציילן די ייִדן וועגן דער ייִדישער טראַדיציע, און די ניט־ייִדן — וועגן דער ייִדישער ציוויליזאַציע.

עס באַטייליקן זיך אין דער „עקספּעדיציע‟ רבנים און ישיבֿה־בוחרים — סײַ פֿון רוסלאַנד, סײַ פֿון ישׂראל, פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן און פֿון אייראָפּע, וואָס וועלן זיך צעטיילן אויף 4 גרופּעס; יעדע גרופּע האָט איר מאַרשרוט. די אָנטיילנעמער האָבן בדעה צו באַזוכן אַרום 70 שטעט אין אַלע טיילן פֿון רוסלאַנד און דאָרטן דורכפֿירן לעקציעס, פֿאָרשטעלונגען פֿון בילדונג־פּראָגראַמען, ירידן פֿון ייִדישע ביכער און תּשמישי־קדושה, און ווײַזן פֿילמען.

דעם 6סטן אויגוסט אינעם הויף פֿונעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי וועט פֿאָרקומען אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער עקספּעדיציע.

לעפּעל און לודז — אָביעקטן פֿאַר די אויספֿאָרשער

די וויסנשאַפֿטלעכע עטנאָגראַפֿישע טעטיקייט געהערט צו דער געזעלשאַפֿט „ספֿר‟ — אַ טייל פֿון דער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, וואָס פֿירט דורך בילדונג־פּראָיעקטן אין ייִדישע לימודים. די וואָך האָט זיך געענדיקט „ספֿר‟ס רײַזע קיין לעפּעל, ווײַסרוסלאַנד, און אָנגעהויבן די רײַזע קיין לודז, לעטלאַנד.

אין די עקספּעדיציעס באַטייליקן זיך עטנאָגראַפֿן און עפּיגראַפֿיסטן — די ערשטע פֿרעגן אויס די אַלטע ייִדן אָדער גויים, וואָס געדענקען דאָס ייִדישע לעבן אין דער געגנט; די צווייטע באַשרײַבן די ייִדישע בית־עלמינס, מאַכן מאַפּעס און שטעלן צונויף קאַטאַלאָגן פֿון אויפֿשריפֿטן אויף די מצבֿות.

לעפּעל איז אַ שטעטל, וואָס געפֿינט זיך אין וויטעבסקער געגנט, ניט ווײַט פֿון פּאָלאָצק און טשאַשניקי. די עפּיגראַפֿיסטן האָבן באַשריבן דעם גאַנצן בית־עלמין, און די עטנאָגראַפֿן האָבן דורכגעפֿירט אַרום 100 אינטערוויוען סײַ מיט ייִדן און סײַ מיט גויים, כּדי צו רעקאָנסטרויִרן דעם „ייִדישן טעקסט פֿון אַ ווײַסרוסיש שטעטל‟.

קאַלינינגראַד: אַ דענקמאָל די אומגעקומענע ייִדן בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה

אַ ידיעה פֿון דער סאַמע מערבֿדיקער גרויסער שטאָט אין רוסלאַנד, קאַלינינגראַד. דאָרטן איז דינסטיק דעם 5טן אויגוסט אַנטדעקט געוואָרן אַ דענקמאָל פֿון די ייִדישע זעלנער, וואָס זענען אומגעקומען בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה. דעם דענקמאָל האָט מען געשטעלט אויף דעם אַלטן ייִדישן בית־עלמין, וווּ עס ליגן באַגראָבן די ייִדישע זעלנער פֿון ביידע צדדים — סײַ פֿון דער רוסישער אַרמיי און סײַ פֿון דער דײַטשער. ווי אַ דאַטע פֿון אַנטדעקונג, איז אויסגעקליבן געוואָרן דער 5טער אויגוסט, לויטן ייִדישן לוח תּישעה־באָבֿ. רוסלאַנד איז אַרײַנגעטראָטן אין דער מלחמה דעם 1טן אויגוסט 1914, וואָס איז דעמאָלט אויך אויסגעפֿאַלן אויף תּישעה־באָבֿ.

באַגנבֿעט געוואָרן דער מוזיי פֿונעם מאָלער איסאַק לעוויטאַן

נאָך אַ קורצער באַריכט פֿון פּליאָס, אַ קליינע שטאָט אין איוואַנאָווער געגנט אין צענטער פֿון אייראָפּעיִשן טייל רוסלאַנד: דאָרטן געפֿינט זיך דער מלוכישער מוזיי־שוצגעביט און אַ הויז פֿונעם באַרימטן רוסיש־ייִדישן קינסטלער איסאַק לעוויטאַן. דעם 5טן אויגוסט, בײַ נאַכט, האָט מען פֿונעם מוזיי צוגעגנבֿט 5 לעוויטאַנס בילדער: „אַ שטיל טײַכל‟, „אַ טײַכל־בוכט‟, „אַ שלוכט מיט אַ פּלויט‟, „רויזן‟ און „אַ סטאַנציע‟. דער שאָדן ווערט אָפּגעשאַצן בײַ אַרום 77 מיליאָן רובל.

אַ וויכטיק בוך וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד

דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון אַ באַרימט בוך אין ייִדישער געשיכטע: מײַקל סטאַניסלאַווסקיס „דער מלך ניקאָלאַס דער ערשטער און די ייִדן: טראַנספֿאָרמאַציעס פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט אין רוסלאַנד, 1855-1825‟. ער שרײַבט וועגן די קאַנטאָניסטן און וועגן די ערשטע רוסישע משׂכּילים; וועגן מאַקס ליליענטאַל, און דער רעפֿאָרם פֿון ייִדישער בילדונג; וועגן דער אַנטשטייוּנג פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ או.אַ.וו. דאָס בוך איז געווידמעט דער תּקופֿה, וואָס רעכנט זיך צווישן די סאַמע דראַמאַטישסטע אין דער געשיכטע פֿונעם רוסישן ייִדנטום. זי איז אָבער אויך פֿון די וויכטיקסטע, ווײַל זי האָט צוגעגרייט דעם יסוד פֿון דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון ייִדן אין רוסלאַנד.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.