שייטל־מאַכערינס בײַ דער אַרבעט

Inside the Wig Salon

גנעשע בראָן פֿון Wigs by Gneshe
Martyna Starosta
גנעשע בראָן פֿון Wigs by Gneshe

פֿון פֿרימעט גאָלדבערגער (Forward)

Published August 07, 2014, issue of August 29, 2014.

דעם מיטוואָך פֿאַר פּסח האָט גנעשע בראָן אומגעקערט דאָס לעצטע אויסגעצוואָגענע, שיין־פֿאַרקעמטע שייטל פֿון איר סאַלאָן, Wigs By Gneshe.

זי האָט אויסגעקערט די פּאָדליגע, אָפּגעוואַשן דעם אַרבעטטיש און שטול, און זיך אַנידערגעזעצט אויף דער שוואַרצער לעדערנער סאָפֿע, אַן אויסגעמאַטערטע. „אַ מחיה אומצוקערן דאָס לעצטע שייטל און שליסן דאָס געשעפֿט אויף פּסח,‟ האָט זי באַמערקט.

בראָן איז איינע פֿון אַ צאָל הצלחהדיקע שייטל־מאַכערס אין מאָנסי, ניו־יאָרק. איר סאַלאָן, אַ געדונגענער קעלער מיט לאַווענדעלער ווענט, אַ טיש, שטול, שפּיגל און צוויי ניי־מאַשינען, זעט אויס ווי אַ סך אַנדערע קליינע שייטל־געשעפֿטן אין די פֿרומע קהילות איבער דעם ניו־יאָרקער ראַיאָן, ווי אויך אין אַנדערע שטעט מיט אַ גרויסער פֿרומער באַפֿעלקערונג. לאַנגע קוטשעראַווע שייטלען שטייען לעבן שטײַפֿע, אַלט־מאָדישע פּאַרוקן, איבערגעצויגן אויף קאָפּ־מאַנעקענען, וואַרטנדיק אויף זייערע אייגנטימערינס.

שוין כּמעט 10 יאָר, וואָס בראָן פֿירט דאָס געשעפֿט, און זי שטאָלצירט מיט דעם, וואָס זי דאַרף אַפֿילו נישט מאַכן קיין פּירסום. אַלע פֿרויען ווייסן שוין וועגן איר טאַלאַנט בײַם אויסמײַסטרעווען אַ פֿריזור. אירע קונות זענען סײַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע פֿרויען, סײַ חסידישע, וועלכע שאַצן אָפּ איר שאַפֿערישקייט — ממש אַ מין קונסט.

בראָנס מיטאַרבעטערין, צפּורה, איז אַ יונגע פֿרומע פֿרוי, וואָס פֿאַרריכט אָפּגעדינטע שייטלען סײַ פֿאַר בראָנס קונות, סײַ פֿאַר די קונות פֿון אַנדערע אָרטיקע שייטל־מאַכער. ווען מע גיט צפּורהן אַ שייטל, וווּ עס זענען שוין אויסגעקראָכן אַ סך האָר, אַרבעט זי פֿלינק מיט דער האַנט, אַרײַנפֿלעכטנדיק נײַע האָר, געקויפֿט בײַ האָר־מעקלער אין דרום־אַמעריקע און אייראָפּע.

אַ צווייט געשעפֿט, Shuly Wigs, אין ברוקלין, זעט אויס גאָר אַנדערש ווי בראָנס היימישער סאַלאָן. שולי אַמסאָל, די אייגנטימערין, פּראָדוצירט אירע אייגענע שייטלען. זי קויפֿט האָר פֿון דער בעסטער קוואַליטעט — אויך בײַ די מעקלער אין אייראָפּע און דרום־אַמעריקע; דערנאָך וואַשט זי זיי, פֿאַרפּוצט זיי און ציט זיי צונויף אין אַ נעץ. דאָס איז אַ פֿאַכמענערישע אַרבעט, און די אַרבעטאָרינס זיצן איבער די שייטל־נעצן שעהען לאַנג.

„קונסט איז נישט בלויז צו מאָלן אַ בילד אויף אַ לײַוונט,‟ האָט אַמסאָל דערקלערט. „בײַ מיר איז דאָס פּנים פֿון אַ פֿרוי אויך ווי אַ לײַוונט, בעת איך שנײַד און מײַסטרעווע אויס דאָס שייטל.‟

זעט די שייטל־מאַכערינס בײַ דער אַרבעט:

אַמסאָל האָט אַ שליחות: יעדע פֿרוי וואָס טרעט אַרײַן אין איר געוועלב, זאָל בײַם אַרויסגיין אויסזען, און זיך פֿילן שיין ווי די וועלט. „איך האַלט, אַז שיינקייט גיט צו דער פֿרוי אַ באַזונדערן כּוח און צוטרוי צו זיך,‟ האָט זי געזאָגט.

אַמסאָלס שם האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַזוי ווײַט, אַז עס קומען צו איר אויך נישט־ייִדישע פֿרויען, וואָס לײַדן פֿון ראַק און אַנדערע קראַנקייטן, ווען עס קריכן בײַ זיי אויס די האָר פֿונעם קאָפּ. וועגן Shuly Wigs האָט מען שוין דערציילט אין פֿאַרשידענע זשורנאַלן און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען — נישט קיין קליינער אויפֿטו פֿאַר אַ געשעפֿטספֿרוי, וואָס האָט אָנגעהויבן איר קאַריערע ווי אַ שייטל־מאַכער אין אַ קליינעם קעלער אין ברוקלין.

שטעלט זיך די פֿראַגע: צי איז נישט סתּירותדיק, אַז אַ פֿרומע, חתונה־געהאַטע פֿרוי דעקט צו דעם קאָפּ מיט די שיינע האָר פֿון אַ צווייטער פֿרוי? ניין, זאָגט אַמסאָל. „איך האַלט, אַז אַ פֿרוי, וואָס איז מקיים די מיצווה פֿון צודעקן די האָר, דאַרף אומבאַדינגט אויסזען אַזוי שיין ווי מעגלעך.‟