ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published August 08, 2014, issue of August 29, 2014.

טרויער־אַקאַדעמיע לזכר די אומגעקומענע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער

דינסטיק, דעם 12טן אויגוסט, ווערט 62 יאָר זינט דעם מאָרד פֿון די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער און קולטור־טוער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. ווי יעדעס יאָר, וועט דער „קולטור־קאָנגרעס‟ אָנפֿירן מיט אַ טרויער־אַקאַדעמיע, געווידמעט זייער אָנדענק. אויף דעם הײַיאָריקן אָוונט, אָרגאַניזירט צוזאַמען מיטן „אַרבעטער־רינג‟ און דעם „ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט‟, וועט די זינגערין סאָפֿיע פֿאַן־ליר פֿאָרשטעלן אַ קאָצערט־פּראָגראַם פֿון סאָוועטישער ייִדישער מוזיק. באַגלייטן זי אויף דער פּיאַנע וועט דמיטרי דאָווער. ד׳׳ר טאָם בירד פֿון „קווינס־קאָלעדזש‟ וועט באַגריסן דעם עולם און רעדן וועגן דעם היסטאָרישן באַטײַט פֿון דער טרויעריקער דאַטע.

דער אָוונט קומט פֿאָר 6:30 אין „ייִוואָ‟, 15 וועסט, 16טע גאַס. דער אַרײַנטריט איז פֿרײַ, אָבער מע מוז רעזערווירן אַן אָרט פֿון פֿריִער. כּדי צו רעזערווירן אַן אָרט באַזוכט http://yivo.org/events_signups.php?


ניו־יאָריקער ייִדישער שרײַבקרײַז

דער ניו־יאָריקער ייִדישער שרײַבקרײַז וועט זיך ווידער טרעפֿן מיטוואָך, דעם 20סטן אויגוסט, 7:30 אין אָוונט, אין דער שיל „אנשי חסד‟, ניו־יאָרק (251 וועסט 100סטע גאַס). נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן לאה ראָבינסאָן 212-663-2069.


סיום־הספֿר און ליטעראַרישע פֿאָרלייענונג פֿון שלום בערגער

זונטיק, דעם 24סטן אויגוסט, וועט שלום בערגער פֿאָרלייענען לידער פֿון זײַן נײַער זאַמלונג ייִדישע און ענגלישע לידער „איין פֿאָלק אַרויסגענומען פֿון צווייטן‟. די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען בײַם „הלל‟ אויפֿן קאַמפּוס פֿון „דזשאָנס האָפּקינס‟־אוניווערסיטעט אין באַלטימאָר, מערילאַנד. דער סיום־הספֿר הייבט זיך אָן 7 אַזייגער אין אָוונט.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.