אַ באָסטאָנער רבֿ בויט „אַ שיל אָן ווענט‟

In Boston, Riverway Reaches Young Jews Outside the Synagogue

דער ראַבינער מעטיו סופֿר שמועסט וועגן דער סדרה אין אַ באָסטאָנער קאַפֿעטעריע
Courtesy Riverway Project
דער ראַבינער מעטיו סופֿר שמועסט וועגן דער סדרה אין אַ באָסטאָנער קאַפֿעטעריע

פֿון ענטאָני ווײַס (ייִט״אַ)

Published August 10, 2014, issue of August 29, 2014.

נישט לאַנג צוריק, האָבן זיך אַ פּאָר צענדליק יונגע ייִדן אין זייערע צוואָנציקער און דרײַסיקער פֿאַרזאַמלט אין אַ קאַפֿעטעריע, כּדי צו באַטראַכטן די וואָכנטלעכע סדרה. אַ ראַבינער האָט מיט זיי געשמועסט וועגן דער מעשׂה פֿון צלפֿחדס טעכטער, וועלכע האָבן זיך געווענדט צו משה רבינו מיט דער בקשה צו ירשענען זייער טאַטנס רכוש. פֿאַרוואָס האָט משה געמוזט בעטן ספּעציעל דעם רבונו־של־עולם צו דערקלערן, ווי אַזוי מע זאָל לייזן אַזאַ סיטואַציע? די באַטייליקטע האָבן אָנגעהויבן דיסקוטירן און פֿאָרגעלייגט פֿאַרשיידענע אייגענע טעאָריעס וועגן דער פּרשה.

געוויינטלעך, ווערן אַזעלכע דיסקוסיעס געפֿירט אין די שילן, און נישט אין אַ פּאָפּולערער קאַפֿעטעריע אויפֿן האַרוואַרד־סקווער אין קעמברידזש, אַ טייל פֿון דער שטאָטישער געגנט אַרום באָסטאָן. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער פּראָגראַם „ריווערוויי קאַפֿע‟ בײַם באָסטאָנער „טעמפּל ישׂראל‟ האָבן אָבער אויסגעקליבן דווקא אַזאַ אומגעוויינטלעך אָרט, כּדי צו פֿאַראינטערעסירן די יונגע ייִדן, וועלכע זענען צוגעוווינט צו דער סבֿיבֿה פֿונעם נײַעם יאָרטויזנט. די זעלבע גרופּע פֿירט אויך דורך, למשל, שבתדיקע תּפֿילות אין אַ באַר, מיט מוזיק און משקה.

די פּראָגראַם „ריווערוויי קאַפֿע‟ איז געגרינדעט געוואָרן מיט 13 יאָר צוריק. צוליב דעם, האָט זי לעצטנס געפּראַוועט איר „בר־מיצווה‟, וווּ דער עולם האָט געטרונקען די ספּעציעל צוגעגרייטע „ביר־מיצווה‟. דער דירעקטאָר פֿון דער פּראָגראַם, ראַבינער מעטיו סופֿר, האָט דערקלערט, אַז פֿאַר אַ סך יונגע ייִדן איז עס געווען אַ גרויסער חידוש, אַז ייִדישע אונטערנעמונגען קאָן מען דורכפֿירן אין אַזאַ אומפֿאָרמעלער צוציִעוודיקער אַטסאָספֿער.

די באָסטאָנער ייִדישע פֿעדעראַציע „פֿאַראייניקטע ייִדישע פֿילאַנטראָפּישע פּראָיעקטן‟ (CJP) האָט איבערגעגעבן, אַז אין דער שטאָט און אין דער אַרומיקער געגנט זענען פֿאַראַן איבער 70 אָרגאַניזאַציעס, וואָס פֿאָקוסירן זיך אויפֿן יונגן דור ייִדן, וועלכער רעפּרעזענטירט די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קהילה. CJP לייגט פֿאָר סובסידיעס פֿאַר אַזעלכע אונטערנעמונגען. אַזאַ אומפֿאָרמעלער צוגאַנג צו ייִדישקייט איז געוואָרן באַזונדערס פּאָפּולער צווישן די רעפֿאָרמער ייִדן. דער ראַבינער ריק דזשייקאָבס, דער פּרעזידענט פֿונעם „פֿאַרבאַנד פֿאַר רעפֿאָרם־ייִדישקייט‟ האָט דערקלערט, אַז די קירובֿ־פּראָגראַמען פֿאַר נישט־אַפֿיליִיִרטע ייִדן פֿאַרנעמען איצט אַ צענטראַלע ראָלע אין דער באַוועגונג.

צוערשט, האָט דער ראַבינער דזשערעמי מאָריסאָן פֿונעם „טעמפּל ישׂראל‟ געמיינט, אַז עס וואָלט געווען כּדאַי אויפֿצושטעלן אַ צווייטע שיל אין דער געגנט, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדישע יונגע־לײַט. שפּעטער האָט ער אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳איז וויכטיקער צונויפֿצוברענגען דעם עולם, לאַוו־דווקא אין אַ פֿאָרמעל אָרט. נישט ווייניקער באַזוכער פֿון דער קאַפֿעטעריע־פּראָגראַם זענען געוואָרן מיטגלידער פֿון זײַן שיל.

סופֿר האָט באַמערקט, אַז אַ סך יונגע ייִדן ווילן זיך באַקענען נענטער מיט דער ייִדישער גײַסטיקער טראַדיציע, אָבער האָבן מורא פֿאַר פֿאָרמעלע רעליגיעזע אינסטיטוציעס. דערפֿאַר פּרוּווט זײַן גרופּע „אויפֿצושטעלן אַ שיל אָן ווענט‟ — אַן אומפֿאָרמעלע סבֿיבֿה, וווּ נײַגעריקע מענטשן קאָנען לערנען, דאַוונען און פֿאַרברענגען.